Letter # 2828

כ"ד תמוז, תשי"ד

2828 -Better to have her friends talk to here so she will not think her mother is bossing her around

I think the reason why your daughter’s feelings to her groom have changed is because they did things not according to Halacha and it had the opposite effect of distancing them from each other.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ד תמוז, תשי"ד

ברוקלין. 

ברכה ושלום!

עס איז מיר אנגעקומען א אנפראגע אין אייער נאמען פון הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים ובעל מדות מוה"ר שלום דובער שי' גארדאן אין דעם ענין פון אייער טאכטער וואס זי איז ענגיידזשט געווארען און איצטער דערווייטערט זי זיך זאגענדיג אז אירע געפילען זיינען נאך ניט קריסטאליזירט און איר פרעגט צי זאלט איר פרעסען איר. 

לויט מיין מיינונג וואלט געווען דיפלאמאטישער און אויך גרינגער צו איינווירקען אויף אייער טאכטער ווען איר זאלט בעטען וועמען פון אירע פריינדינעס צו ריידין מיט איר וועגען דעם, און איר אלייין זאל[ט] דאס טאן נאר פון צייט צו צייט בכדי בא אייער טאכטער זאל ניט שאפען זיך דער איינדרוק אז איר ווילט באסעווען אויף איר, איך רעכין אז די אורזאך וואס די געפילען פון אייער טאכטער צו דעם ענין האבען זיך געביטען, איז דאס וויילע זיי האבען זיך אויפגעפירט ניט ווי עס איז ערלויבט פאר אידען צו פירען זיך פאר דער חתונה און דאס האט געבראכט יעצט א פארקערטען רעזולטאט אז זי דערווייטערט זיך פון עם, און ווען מאמעס און עלטערן בכלל וואלטען זיך אינטערעסירט אין דער ערציהונג פון זייערע קינדער ווען זיי זיינען נאך יונג לויט ווי תורה הק' פאדערט, וואלטען זיין אויסגעמיטען אפולע עגמת נפש און טראבעל פאר זיך און נאך מער פאר די קינדער זייערע.

זעלבסט פארשטענדליך אז איך שרייב דאס ניט צו ווייטאן אייך, נאר צו אויפמערקזאם מאכען אז לכל הפחות פון איצטער אן און ווייטער אז אזוי ווי איר פרעסט אויף אייער טאכטער אין דעם שידוך אין אלגעמיין זאלט איר אויך אזוי און נאך מער איינווירקען אויף איר איז זי זאל נעמען אויף זיך, אז ווען זי וועט חתונה האבען זאל זי פירען א אידישע הויז ווי א אידישע טאכטער דארף פירען, מיט טהרת המשפחה, א כשר'ה קיך, אפהיטען שבת א.א.וו. וואס נאר אין אזא אויפפירונג קען בא אידען זיין א גליקליכען לעבען, און השי"ת זאל העלפען אייך אז איר זאלט אנהויבען טאן אין דעם אויף א פאסענדען אופן באלד און מערערע מאל וואס דענסטמאל איז סוף כל סוף טוט מען אויף און זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע. 

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר