Letter # 2768

כ"ט סיון, תשי"ד

2768 - Know by-heart Mishnayos, Tanya and Tehilim and grab every free moment to recite them.

There is a special merit when you study on the way and in middle of work to bring down for yourself blessing in all that you need.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ט סיון, תשי"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף פון ו' סיון און אויך דער פריערדיקער, און וויבאלד אייך קומט אויס צו זיין א ליינגערע צייט בא דער ארבעט, וואלט איר באדארפט וויסען אויף אויסווייניג עטליכע פרקים משניות און עטליכע פרקים תניא און אויך תהלים און גייענדיק צו דער ארבעט אדער פון דער ארבעט און אויך בא דער ארבעט אליין אין די פרייע צייט אריינחאפן און חזר'ן עפעס אויף אויסווייניג פון די אויבען דערמאנטע. און עס איז ידוע דער ביאור אויף דעם מאמר רז"ל לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה, אז דאס וואס מען לערנט און מען דאווענט אין אזא צייט האט א באזונדער חביבות און א זכות גדול ביותר אויף צו אויפטאן און ממשיך זיין דאס וואס יעדער נויטיגט זיך, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. און השי"ת זאל ערפילען משאלות לבבו ולבב זוגתו שיחיו לטובה בקרוב בזחו"ק.

בברכה.