Letter # 2508

ז' אדר ב', תשי"ד

2508 - I am surprised that you only write about all physical matters.

You do not mention anything about your participation in study and Chasidic gatherings.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ז' אדר ב', תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף פון ב' ויקרא. און עס איז א וואונדער וואס איר שרייבט וועגען די ענינים פון דער הויז און אנדערע זאכען גשמיים, און דערמאנט גארניט וועגען אייער השתתפות אין לערנען השתתפות אין חסידישע התועדות און ענליכעס, וואס נאר דאס זיינען די צנורות דרוך וועלכע מען באקומט ברכה והצלחה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך. און ווען די צנורות זיינען אין ארדענונג איז דענסטמאל דא א ארט צו וואונדערן זיך פארוואס די השפעה איז ניט ווי מען וויל, אבער ווען מען קוקט אויס נאר אויף השפעה ניט אכטונגגעבענדיק אויף די צנורות, איז וואס איז דאן דער וואונדער?!

זעלבסטפארשטענדליך אז דא איז ניט נוגע דער שרייבען וועגען דעם נאר דער עיקר אז עס זאל זיין די מעשה בפועל ממש צו מוסיף זיין אומץ בתורה ומצות ווי עס פאדערט תורתנו הק' וואס דענסטמאל גיט השי"ת און וועט זיכער מוסיף זיין ברכה והצלחה.

וועגען די געלט וואס איר [האט] באקומען פאר הכנסת כלה, קענט איר דאס אפשיקען דורך מיין מזכירות. אבער מען דארף וויסען פאר וועלכער כלה דאס איז, ווארום באה"ק ת"ו זיינען פראן פיל וועלכע נויטיקען זיך אין דעם, און דענסטמאל וועט מען דאס אפשיקען אויף א פאסענדען אופן.

בברכה.