Letter # 2447

יום חמישי לסדר ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, ה'תשי"ד - ארגון נשי ובנות חב"ד

2447 - די פארשטארקונג אין דרכי הצניעות פון דער פרוי איז א זיכערער וועג אויף געזונט, פרנסה און א סאך

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, יום חמישי לסדר ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ. י.

ארגון נשי ובנות חב"ד

ה' עליהן יחיו

סניף:

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך און אייער ארבעט דורך הרה"ח וו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור וכו' מוהר"ר פרץ שי' מאצקין. איך האף אויך צו באקומען פון אייך דירעקט מער פרטיות'דיקע ידיעות, פריילעכע ידיעות, פון אייך און אייערע בני בית שיחיו בהנוגע צו תורה ומצוות, וואס דאס איז געזונט און פרנסה ברוחניות, און וואס דאס ברענגט אויך געזונט און פרנסה בגשמיות.

בא דער געלעגנהייט וויל איך נאכאמאל אונטערשטרייכען דעם געוואלדיקען זכות און די ספעציעלע כוחות וואס דער אויבערשטער האט געגעבען פרויען זיי זאלן אויפשטעלן די הויז, אז עס זאל זיין אן אמת אידישע הויז, און זיך אפגעבן מיט דער דערציאונג פון די קינדער - נוסף אויף די אנדערע מצוות בכלל.

אין די טעג און אי די וואכן ווען מ'לייענט אין דער תורה די סדרות וועלכע זיינען פארבונדן מיטן אויפשטעלן דעם משכן ומקדש, ווערט דארטן אונטערשטראכן, אז די פרויען זייען געווען די ערשטע און די איבערגעגעבענסטע אין דער הייליקער ארבעט.

בויען א מקדש, דערקלערן די הייליקע ספרים, איז דא בא יעדן אידן, מאן אדער פרוי, - דאס איז די אייגענע הויז, וואס יעדע אידישע הויז דארף זיין א מקדש צום אויבערשטען. און די גרעסטע טייל פון אויפשטעלן אט דעם מקדש געהארט צו דער פרוי, ווי עס ווערט דערקלערט בפרטיות אין די רייד צו פרויען, כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואס איז דא בייגעלייגט.

עס ווערט אויך דערקלערט אין מערערע ערטער אין גמרא און זהר, אז די פארשטארקונג אין דרכי הצניעות פון דער פרוי איז א זיכערער וועג אויף געזונט, פרנסה און א סאך נחת, אמת'ן נחת, פון קינדער און קינדס קינדער. דאס הענגט אפ אין יעדער איינער פון אייך, צו טאן אין דעם אליין, און אויך זעהן, אז אייערע גוטע פריינט, קרובים און באקאנטע, זאלן אויך וויסן פון די גרויסע מעגלעכקייטן וואס זיי האבן, און די הצלחה וואס איז דערמיט פארבונדן.

און דער אויבערשטער זאל העלפן, אז יעדע איינע פון אייך זאל טאן אין דעם לויט אירע פולע מעגלעכקייטן, און דאן וועט דער אויבערשטער זיכער ממלא זיין זיין הבטחה צו געבען געזונט, פרנסה און אמת'ן נחת אין א פולער מאס.

המחכה לבשורות טובות ומברך כל אחת ואחת עם בני ביתה שיחיו בגשמיות וברוחניות.