9383 —9383

ב"ה,  חול המועד סוכות, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  חול המועד סוכות, ה'תשכ"ח

ברוקלין, נ.י.

שלום וברכה!

דערמיט באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון אייער בריוו פון 15'טן אָקטאָבער.

עס האָט מיר געפרייט צו לייענען אין אים ווי שטאַרק איר שאַצט אָפּ מסירת-נפש פאַר אידישקייט, ביז וואַנעט אַז איר האַלט עס פאַר אַ לייכטע זאַך צו הייסן אידן זיך מוסר-נפש זיין, מיט סכנת נפשות ממש, צוזאַמען מיט פרוי און קינדער, נאָכדעם ווי ער האָט זיך מוסר-נפש געווען צענדליגער יאָר, אין איינזאַמקייט און עלנדקייט; זאָל ער דאָס ווייטער פאָרזעצן.

דאָס גיט מיר די האָפנונג, און שטאַרקע האָפנונג, אַז איר אַליין, וואָס איר געפינט זיך אין אַן אָרט וואו מ'קען פאַרשפּרייטן אידישקייט אָן קיינע סכנות, און ניט נאָר עס פאָדערט ניט קיין מסירת נפש, נאָר מ'גיט נאָך דערפאַר כבוד, און מ'שרייבט אין די צייטונגען – איז דאָך אַ זיכערע זאַך אַז איר רוט ניט און טוט פאַר אידישקייט אין דער גרעסטער מאָס, און לאָזט ניט רוען אַלע אייערע קרובים און גוטע פריינט און באַקאַנטע ניט דורכצולאָזן קיין איינציגע געלעגנהייט צו פאַרשפּרייטן אידישקייט אין דעם אייגענעם קרייז פון דער משפחה און אויך ווייטער אַרום; און דערביי גיט איר אויך צו ערקלערן אַז מה-דאָך איר שטעלט זיך ניט אָפּ און הייסט מענער און פרויען און קליינע קינדער ניט אַוועקפאָרן פון יענער

מדינה

, אפילו ווען דאָס מיינט אַ סכנה פאַרשיקט צו ווערן יאָרן לאַנג אין קאַלטע געגנטן, ווי עס האָט געטראָפן צו פיל פון זיי אין פאַרלויף פון 50 יאָר, אַבי זיי זאָלן דאָרט אָנהאַלטן אידישקייט – איז דאָך מכל-שכן וקל וחומר אַז איר וועט ניט לאָזן רוען זיך און אַנדערע צו פאַרשפּרייטן אידישקייט דאָ, וואו כנ"ל.

איך האָף אַז איר וועט דאָס אויבנגעשריבענע ניט אויסטייטשן אַלס ברוגז ח"ו אד"ג. נאָר די כוונה דערפון איז אַז סוף כל סוף דאַרפן זיך אידן פון אַמעריקע אָפּגעבן אַ חשבון וואָס עס ווערט פון זיי פאַרלאַנגט, און דאָס איז מעשים בפועל, און טאַקע אָנהויבן פון זיך אַליין, און פון אייגענע פרוי און קינדער און אייניקלעך און קרובים און גוטע פריינט און באַקאַנטע. און מעשים מיינט דאָס וואָס איר פאַרלאַנגט פון יענע אידן אין יענער מדינה: לייגן תפילין, אָפּהיטן כשרות, שבת און יום-טוב, אָפּהיטן טהרת המשפחה, און דערציען די קינדער זיי זאָלן זיין גרייט זיך מוסר-נפש זיין אין אַ גוטן אופן, אָן קיינע נסיונות, און פאָרזעצן זייער לעבן דוקא אויף דעם דרך.

און אויב קינדער וועלן ניט וועלן ליידן וואָס "מ'דיקטירט" זיי ווי זיך אויפצופירן און וועלן זיך ניט שטאַרק רעכענען דערמיט, זאָלן זיך די עלטערן מוסר-נפש זיין און פאָרזעצן זייער השתדלות און השפעה, וואָס

די

דאָזיקע מסירת-נפש קומט דאָך ניט צו די מסירת-נפש פון יענע אידן אין יענעם לאַנד.

עס וועט מיר פרייען צו הערן פון אייך, אַז איר טוט דאָס אויבנדערמאָנטע אין דער

פולסטער

מאָס און מיט דעם גאַנצן

שטורעם

וואָס דאָס פאַרדינט.

בברכת חג שמח.

(מפני קדושת חולו של מועד לא בא על החתום)

Leave Feedback