9316 —9316

תלמידות המסיימות ביה"ס "בית רבקה" - יסודי ותיכוני - ה' עליהן תחיינה   ב"ה, ז' אייר, ה'תשכ"ז — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ז' אייר, ה'תשכ"ז

ברוקלין, נ.י.

תלמידות המסיימות ביה"ס "בית רבקה" - יסודי ותיכוני - ה' עליהן תחיינה

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריוו אין צוזאמענהאנג מיט אייער ענדיגען די "בית רבקה" סקול -

וואס דאס מיינט, ווי מערערע מאל אונטערשטראכן, אן אריבערגאנג אויף א העכערע מדריגה אין די ענינים פון קדושה, תורה ומצוות -

שיק איך דערמיט מיין באגריסונג און ברכה, אז אייער סיום זאל זיין בשעה טובה ומוצלחת, און איר זאלט ווייטער שטייגען אין אלע ענינים פון טוב וקדושה מיט גרויס הצלחה.

אזוי ווי היי-יאר איז א יאר פון הקהל, ווערן אלע ענינים פון היינטיגן יאר באלויכטן מיט דעם אינהאלט פון הקהל.

אין אלגעמיין, איז דער ענין פון הקהל געווען צו פארזאמלען אלע אידן, מענער פרויען און קינדער, מיטן צוועק צו פארשטארקען יראת שמים און קיום המצוות אין טאג-טעגלעכן לעבן פון דעם גאנצן אידישן פאלק.

אין פערזענלעכן לעבן, אזוי ווי א מענטש ווערט אנגערופן "עולם קטן" (א וועלט אין "מיניאטור"), מיט א גאנצע ריי כחות, כוחות הנפש והגוף - דארף דער ענין פון הקהל דערמאנען וועגן דער נויטווענדיקייט פון א שטענדיגער "מאביליזאציע" פון אלע כחות פאר דעם זעלבן צוועק - צו פארשטארקן יראת שמים און קיום המצוות אין דעם פערזענלעכן טאג-טעגלעכן לעבן.

עס איז כדאי צו באמערקן, אז אזוי ווי צו הקהל האט מען געדארפט ברענגען אויך די גאר קליינע קינדער (טף), האבן דאך די פרויען (די מוטערס און עלטערע שוועסטער) געהאט א ספעציעלע אויפגאבע זיי צו בריינג[ע]ן און אויפפאסן אויף זיי וכו' וואס דאס אונטערשטרייכט נאך מער די ספעציעלע פליכט, און זכות פון אידישע טעכטער אין דער פארשטארקונג און פארשפרייטונג פון תורה ומצוות על טהרת הקדש.

השם יתברך זאל געבן, אז דער געדאנק פון הקהל אין פארבינדונג מיט אייער סיום, ווי אויבנדערמאנט, זאל אייך שטענדיג באגלייטן אין אייער לעבנס-וועג, און איר זאלט זיין א קוואל פון השפעה און דערמוטיקונג אויך פאר דער גאנצער סביבה.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 546, והושלמה עפ"י העתק המזכירות.

א יאר פון הקהל: ראה גם לעיל אגרת ט'ריז, ובהנסמן בהערות שם.

עולם קטן: תנחומא פקודי ג. ועוד.

Leave Feedback