ב"ה, ט"ו אייר, תשכ"ד
ברוקלין.
מר ירחמיאל שי'
שלום וברכה!
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בוך "א קאץ אין געטא" אין צוגאב צו די פריערדיקע, זיינער צייט ערהאלטענע, "אויף קידוש השם" א.ז.וו. אין אידיש, ות"ח.
און השם יתברך זאל אייך מצליח זיין, לויט'ן אויסדרוק שמחנו כימות עניתנו, און פון איצטער אן און ווייטער זאל אייער שרייבען זיין, ווי געשריבען פאר דעם, נרננה ונשמחה בכל ימינו, בא א גוטער איינארדנונג בכל הפרטים, און צו אויסניצען אייערע כשרונות מיט וועלכע איר זייט בעשאנקען געווארען, לתועלת הרבים, מיט גוטען געזונט ומתוך הרחבה,
און לויט די ערקלערונג פון רבנו הזקן בעל התניא והשו"ע זאל זיין דער ענין פון געטא, באופן - די ערפילונג פון דעם צוזאג, הן עם לבדד ישכון, און די זאך פון קידוש השם, דורך דעם אויפפירונג אין דעם טאג טעגליכן לעבען פון יעדער אידן בתוך כלל ישראל, אין א אופן אז, וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך ויראו ממך.
בכבוד ובברכה
מ. שניאורסאהן
נ.ב. דאס בייגלייגטע איז צו דעקען הוצאות המשלוח.
נדפסה בלקו"ש חי"ח ע' 480 והושלמה עפ"י צילום האגרת.
מר ירחמיאל: בריקס.
לויט די ערקלערונג: ראה תניא ספכ"ה.