ב"ה, ט"ז שבט תשכ"ד
ברוקלין.
מרת בענדער תחי'
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון /28;1amp& מיט דאס בייגעלייגטע.
בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, און השם יתברך זאל אייך העלפען איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דעם,
און בפרט אז מיר קומען דאך פון דעם טאג ט"ו בשבט, וועלכער רופט זיך ראש השנה לאילנות (דער אנהויב יאר פאר ביימער) און ס'איז דא א שטארקע ענליכקייט פון מענשן צו ביימער, איז דעריבער דאס אריינטראכטען זיך אין דעם אנפאנג יאר פון ביימער, דארף בריינגען צו וואקסען און שטייגען אין אידישקייט, און זעהן עס זאל זיין גוטע פירות, און ווי חכמנו ז"ל ערקלערן ס'זאל זיין גוטע מעשים מקיים זיין מצות, און אויך אין א וועג וואקסען אין דעם און צוגעבען אין דעם.
און דער זכות הצדקה (לויט דער בייגעלייגטער קבלה) זאל אייך ביישטיין אין דעם.
בברכה צו גוטע בשורות.
מרת בענדר: ניו הייווען.
ווי חכמנו: סוטה מו, סע"א.