Letter #6119

6119

Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"ט אדר, תשי"ח

ברוקלין.

 

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט אייניגע פונקטען פון אייער לעבענס געשיכטע, און שליסט מיט דעם פראבלעם פון אייער אינגערען זון שי', וועלכער האט פילע אויסצייכנונגן, אבער עס פעלט עם דער ווילען און געדולד צום לערנען א.ז.וו.

אין אזעלכע פאלען, קען מען דאס פארזיכערען, נאר ווען מ'געפינט זיך אין א אומגעבונג וואו עס ווערט געלערנט מיט התמדה ושקידה לימודי קדש דאס מערסטע פון טאג, און דעריבער וואלט געווען גלייך, אויב מעגליך, אז צום ווייניגסטען אויף א געוויסע צייט זאל ער פארען לערנען אין איינע פון די ישיבות אין אירופא, וואו מען לערנט דורכאויס לימודי קדש (און זיכער קען מען דאס אויסווירקען בא עם, וויבאלד עס רעט זיך נאר וועגען א געוויסע צייט), און ערשט נאך דעם זעהן די ווירקונג פון דער אומגעבונג אזא אויף עם, און קומען צום שלוס, אויב ער האט באמת קיין ווילען און לוסט ווי איר שרייבט, אדער די גוטע אומגעבונג און די ישיבה קענען דאס ענדערען צום גוטען.

אויב עס וועט זיך ארויסווייזען, אז אויך דאס בריינגט ניט דעם לערנען בהתמדה ושקידה, איז דאך באוואוסט דאס וואס ווערט ערקלערט בתורתנו הק' אין מערערע פלעצער, אז צווישען אידען זיינען פראן פערשידענע איינטיילונגען, צווישען שומרי תורה ומצוה זעלבסט, אזעלכע וועלכעס דער עיקר זיינען זיי תלמידי חכמים, וואס גיבען זיך אפ מער מיט לערנען (חאטש אויך זיי זיינען מקיים אלע מצות), און אזעלכע וואס איבערהויפט גיבען זיי זיך איבער צו מקיים זיין מצות (חאטש אויך זיי האבען באשטימטע שיעורים צו לערנען תורה יעדער טאג), און מען קען זיין א גדול בישראל, און בריינגען נוצען פאר זיך און פארן כלל, אין איינעם פון די צוויי סוגים, און השי"ת זאל העלפען אייך צו האבען פון עם אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער נחת אין אלע הינזיכטען.

מ'האט געדארפט בודק זיין (איבערזעהען) די תפילין פון אייער זון, און אויך די מזוזות אין אייער וואהנונג, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז, און מרת...

תחי' זאל אפהיטען דעם גוטען מנהג פון בנות ישראל הכשרות, צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

בברכה צו גוטע בשורות,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

 

מזכיר

Leave Feedback