Letter #6118

6118

Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, י"ט אדר, תשי"ח

ברוקלין.

 

ברכה ושלום!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום א'.

בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך און אייער מאן שי' אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער בריף, און בפרט צום גוטען געזונט און דעם פראבלעם פון דער דירה.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען, אז בא יעדער מענשן זיינען פראן וויכטיגע ענינים וועלכע קומען צוערשט, און ענינים ניט אזוי וויכטיגע וועלכע קומען אויף דעם צווייטען און דריטען פלאץ, און פון די גאר וויכטיגסטע, איז דאס נחת פון קינדער שי' און געזונט, און אויב אפילו די אנדערע צווייטע אדער דריטע ראנג ענינים זיינען עפיס ניט אין ארדנונג, דארפמען אבער ניט פארזעהן די הויפט וויכטיגע ענינים.

און אין אייער פאל איז דאס אויך אזוי, אז השם יתברך האט אייך - אן עין הרע - געוויזען זיין גרויסען חסד, מיט אידישען נחת פון קינדער און אייניקלעך, און אויך אין געזונט, און בפרט ווען איר וועט פארגלייכען מיט דעם מצב, וואס איז געווען פריער, דארפמען דאך יעדער טאג געבען א שבח והודי' צו השם יתברך אויף זיינע גרויסע חסדים, און וואס נאך וויכטיג, צו נאך מער שטארקען זיך אין בטחון בהשם יתברך, אז אויך אין דער צוקונפט, וועט מען זעהן די ברכות פון השי"ת און זיין הצלחה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך, און דעריבער איז ניטא קיין שום גרונט צו נעמען זיך צום הארצען פון דעם דירה פראבלעם, וואס זיכער וועט זיך דאס איינשטעלען ווי בעסער איז אויף א אמת, וואס ניט שטענדיג קען א מענש אויסרעכענען ווי אזוי.

און דעריבער אלס א ענטפער אויף אייער פראגע בהנוגע דער דירה איז לויט מיין מיינונג דארפמען טאן אויף דעם נארמאלען וועג, און ניט איבערגעאיילט זוכען א דירה אבער ניט נעמען זיך צום הארצען, און זיכער איז דאס דאך נוגע לפועל ערשט נאך פסח, און אויב עס וועט אונטערקומען א גוטע זאך פאר פסח, איז אפשר כדאי, וואס דענסטמאל וועט מען שפארען צו מאכען פסח'דיק די אלטע דירה.

אבער דער עיקר איז ווי געזאגט אויבען, צו שטארקען זיך אין בטחון בהשי"ת און דענסטמאל זעהט מען זיין ברכה והצלחה.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

נ.ב.

 

וואס איר שרייבט וועגען אויסצאלען דעם חוב, זיכער ניטא וואס צו נעמען זיך צום הארצען פון דעם, און ווען אייך וועט ווערען געראמער אין פרנסה וועט איר פארטזעצען די צאלונגען.

Leave Feedback