ב"ה, ט"ו שבט, תשי"ח
ברוקלין.
מרת סאניא תחי'
ברכה ושלום!
נאך א ליינגערן איבערייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון י"ב שבט, אין וועלכען איר שרייבט וועגען די סדרי אסיפות נשי ובנות חב"ד אין לונדון, און חאטש איר דערמאנט ניט וועגן דעם, טוט מען געוויס אלעס מעגליכע אויף צו פארגרעסערן די צאל פון די באטייליגטע אין די אסיפות און אין דעם לערנען, און אויך אז די איינטיילנעמער פון פריער זאלען זיין מער פאראינטערעסירט, וואס איינע פון די וועגען אין דעם איז, אז מען זאל זיי געבען די מעגליכקייט פון צייט צו צייט, אז זיי אליין זאלען פארלייענען (נאך א געהעריגער צוגרייטונג) און ענליכעס, און השם יתברך זאל העלפען עס זאל זיין בהצלחה גדולה, און לויט ווי עס איז ערקלערט בתורתנו הק' אז בא די אלע וועלכע טוען און זיינען זיך משתדל אין דעם קומט צו אין די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס עס נויטיגען זיך זיי און זיירערע פאמיליעס.
און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אויבען געזאגטע און אויך בקרוב וועגען אייער געזונט בעסערונג און צוזאמען מיט אייער מאן שי' לאורך ימים ושנים טובות זאלט איר האבען פיל אמת'ן נחת וואס דאס איז חסידות'שער נחת פון אלע אייערע קינדער שיחיו.
בברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר
מרת סאניא תחי': ??? לונדון.