Letter #5967

5967 - Joyful Service on 19 Kislev: Lessons in Chassidus

ג' טבת, תשי"ח

The Rebbe acknowledges his letter about 19 Kislev, Rabbi Schneur Zalman’s liberation day, emphasizing it as a “new year” for Chassidus—serving G‑d joyfully with body and soul, following the Baal Shem Tov, without self-affliction or excessive austerity.

[ג' טבת, תשי"ח]

מיט גרויס פארגעניגען האב איך באקומען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט ועוגען דער התועדות פון יום הבהיר י"ט כסלו יום גאולת רבנו הזקן, און ווי נשיאינו רבותינו הק' רופען אן דעם טאג ראש השנה ללימוד החסידות ולדרכי החסידות, און ראש השנה זאגט מען דאך לשנה טובה תכתב ותחתם, אזוי אויך י"ט כסלו בהנוגע צו די אויבען געזאגטע ענינים, וואס מדרכי החסידות איז דאך אויף עבודת השם יתברך בשמחה ובטוב לבב, און ווי דער געהויבענער ווארט פון בעל שם טוב, וואס מיר האבען געהערט פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, צו דינען השם יתברך מיטן גוף צוזאמען, און ניט אפשטופען עם דורך תעניתים וסיגופים,

ויהי רצון אז איר זאלט שטענדיג אנזאגען גוטע בשורות מתוך בריאות הנכונה ועבודת ה' בשמחה ובטוב לבב.

 

Leave Feedback