ב"ה, א' טבת, תשי"ח.
ברוקלין.
נשי ובנות חב"ד בעיר קלעוולאנד סניף
קינזמאן
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
ס'איז ערהאלטען געווארען אייער ביישטייערונג פאר דער מגבית יום הבהיר י"ט כסלו, דער באפרייאונגס טאג פון רבנו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, לטובת דעם שכון חב"ד בארצנו הקדשה תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו, און בייגעלייגט דא איז די קבלה.
און השם יתברך זאל העלפען אז נאך פילע יארען זאלט איר קענען טאן אין ענינים פון מצות, און אין א אלץ שטייגענדען אופן, וואס דאס איז דאך די אנווייזונג פון די חנוכה טעג, אז יעדער טאג דארפמען צוגעבען נאך ליכטיקייט.
ניט רעכענדיק זיך מיט דעם וואס עס טוט זיך אין גאס, וואס דאס איז אויך אפלערנונג פון חנוכה, אז מ'צינדט די ליכט דוקא משתשקע החמה, ובחוץ, ד.ה. ווען די זון איז שוין פארגאנגען און אין גאס איז שוין טונקעל.
און וואס נאך מער, אזוי ווי אין יענע ערשטע טעג פון דעם ערשטען מאל חנוכה - נס, האט מען געזעהן אז בדרך הטבע, קען די ליכטיקייט אנהאלטען ניט מער ווי איין טאג, וואס נאר אויף אזוי פיל איז געווען בוימל, איז אבער דורך דעם שטארקען בטחון פון די אידן דענסטמאל אין השם יתברך, האט די ליכטיקייט פון די ביסל בוימל אנגעהאלטען גאנצע אכט טעג, ביז מ'האט צוגעריכט נייע בוימל, אויף צו לייכטען ווייטער און ווייטער.
אזוי אויך אין אונזער צייט, דורך שטארקען זין אין אמונה און פעסטען בטחון בהשם יתברך וועלכער איז דער באשעפער פון דער וועלט און פירט אן מיט דער וועלט, קענען אידען אויפטאן אז עס זאל זיין ליכטיג בא זיי און ארום זיי, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, נאך מער און פיל מער וויפיל עס ווייזט דער חשבון על פי דרך הטבע.
און אזוי ווי דענסטמאל טאן דאס, געזונטערהייט און פרייליכערהייט.
בברכה צו אלע מיטגלידער פון נשי ובנות חב"ד מיט זייערע פאמיליעס שי' צו א ליכטיקען חנוכה און מיטציהען פון דער ליכטיקייט אויף א גאנץ יאהר בתכ"י.