Letter # 5813

אדר"ח מ"ח, תשי"ח - אלי' שקלובסקי

5813 - Extending the Joy and Blessings of Tishrei

The Rebbe joyfully acknowledges the letter about Yom Tov and Simchas Torah, blessing that the joy and holiness of Tishrei continue throughout the year with health, peace, and revealed good, noting that what a Chassidic farbrengen can accomplish even angels cannot.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, אדר"ח מ"ח, תשי"ח

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ
מוה' אלי' שי'[1]

שלום וברכה!

איך בין געווען העכסט צופרידען צו באקומען אייער בריף פון מוצאי יום טוב אין וועלכען איר שרייבט ווי עס איז אדורך בא אייך דער יום טוב און בפרט שמחת תורה.

און השם יתברך זאל העלפען אזוי ווי מיר קומען איצטער פון חדש תשרי, חדש השביעי המושבע בכל טוב לשנת תי"ו שי"ן ח"י, יהי רצון עס זאל נמשך ווערן די שמחה בכל ימות השנה און עס זאל זיין א געזונטער יאהר און שנת שלום בכל הפרטים. און די אלע ברכות וואס אידען האבען געבענטשט איינע די אנדערע אין די הכנה טעג צו דעם חדש אין חדש אלול אני לדודי ודודי לי, און אין די טעג פון דעם חדש תשרי, זאל השי"ת בעל הברכות ערפילען זיי במילואם בטוב הנראה והנגלה, און אין דעם אויך די ברכות פאר אייך ווי ס'איז באוואוסט דער פסק דלמעלה, אז וואס א חסידות'שער פארבריינגען קען אויפטאן קען מלאך מיכאל ניט אויפטאן.

בברכה לבשו"ט בענינים הכללים והפרטים ולפי פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר, צו א געזונטען ווינטער. 

  1. 1 אלי': שקלובסקי, פתח תקוה.