ב"ה, כ"ה סיון, תשי"ז
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מרדכי שי'[1]
שלום וברכה!
בשמחה האב איך געלייענט אייער בריף פון י"ט סיון אז דער דינער פון ישיבת אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש במעלבורן איז אדורך מיט הצלחה סיי בגשמיות - פינאנציעל - און סיי ברוחניות - מאראליש - און האף אז מאראליש וועט דאס העלפען ניט נאר אויך צו באקומען מערערע פריינד ווי איר דריקט זיך אויס, נאר אויך אין צו-ציהען תלמידים-ות פון וואס מער גרעסערע און ברייטערע קרייזען וואס סוף סוף איז דאך דאס דער תכלית און דער הצלחה צייכען פון יעדער מוסד חינוך, אז די מתחנכים ווערען וואס אמאל אלץ גרעסער סיי אין כמות - קוואנטיטעט - און סיי אין איכות - קוואליטעט -...
איך האף אז אויך אין פרנסה איז בא אייך בסדר, ויהי רצון אז תמיד כל הימים זאלט איר קענען אנזאגען נאר גוטעס בענינים הכללים ובעניניו הפרטים.
בברכה.