ב"ה, י"ט שבט, תשי"ז
ברוקלין.
בנות חב"ד סניף קרון הייטס
ה' עליהן תחיינה.
ברכה ושלום!
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף וועגען דער פאריגער אסיפה מיט דעם סדר הלימוד דענסמאל, און ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין עם וועגען דער אריינטראכטונג אין הארץ צוטראג בנוגע דער התועדות נאך מיט עטליכע טעג פריער, צו אנזאגען אז עס זאל זיין בסדר מסודר וואס דענסטמאל איז דער נוצען פילפאכיג ניט נאר פאר די וועלכע פאסען און האלטען אויף דעם סדר נאר אויך פאר אלע אנוועזענדע, וזכות הרבים תלוי בהן,
און דאס איז אויך א כלל אין כללות עבודת האדם, ווען דאס ווערט געטאן מיט א סדר, זעהטן אין דעם מער הצלחה און דער פארשריט איז פיל גיכער און גרעסער.
איז ווען מען לייגט זיך אריין אין דעם, און עס איז פראן דער אויסדוער צו אוועקשטעלען זיך אליין אין דער געזעלשאפטליכער ארבעט אין א סדר מיט א פריער באשטי[מ]טער פראגראם, גיט זיך איין צו אויפטאן און איינווירקען פיל גרינגער איידער מען שטעלט זיך פאר פריער און מען זעהט אויך די פירות פריער איידער מען האט געדיינקט,
און השם יתברך זאל העלפען אז זכות פון נשיאנו הק' בכלל וכ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו בפרט, זאל ביישטיין אייך אין אייער ארבעט פון חינוך בנות חב"ד ובהצלחה, אריינציהען וואס מער א גרעסערע צאל פון בנות און אויך אויסברייטערן און פארטיפען דעם לערנען און די ענינים צו וועלכע מען גיט זיך אפ.
בברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר