Letter #4181

When you act with genuine feeling, the blessings of our holy Rebbe ensure success.

כ"ה אדר, תשט"ז - אגודת נשי ובנות חב"ד סניף מאנטרעאל

Decisions made during the auspicious months of Adar and Nisan draw good fortune for the entire year, leading from strength to strength.

ב"ה, כ"ה אדר, תשט"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד סניף מאנטרעאל
ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

נאך א לאנגען איבעררייס בין איך צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"ב אדר, און איך האף אז פון איצטער אן און ווייטער וועט זיין פון אייך אפטערע בריף, און השם יתברך זאל העלפען אז זייער אינהאלט זאל זיין א פרייליכער, און פון איין בריף צום צווייטען אויך ידיעות אז די טעטיגקייטען ווערען פארגרעסערט און אויסגעברייטערט, און עס איז דאך דא די ברכה פון נשיאנו הק' אז ווען מען טוט נאר הארציג אין די ענינים, גיט מען הצלחה אין דעם פון למעלה, און בפרט אז מען נעמט אן באשלוסען אין דעם אין די מזל'דיקע חדשים פון אדר וניסן, איז מען ממשיך דעם מזל טוב אויף א גאנץ יאר, ויהי רצון אז מען זאל גלייך אנהויבען טאן צו באלעבען דאס אלץ שוין אנגעהויבענע ארבעט און צו גיין מחיל אל חיל.

בברכה צו א כשר'ן און פרייליכען חג הפסח צו יעדערע פון אייך מיט דער גאנצער פאמיליע.

← Previous Next →
Leave Feedback