Letter # 3659

כ"ב תמוז, תשט"ו - מוה"ר חיים שי' שו"ב פלוטקין

Your involvement in Mamed will bring additional success and health in your personal matters.

The Rashab instructed the enormously wealthy Rabbi Shmuel Gurary to collect all the expenses necessary for the trip he had sent him from the Rebbe's fund, so all your expenses are on the account of the Mamed group.

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, כ"ב תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר חיים שי' שו"ב[1]

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון עש"ק פנחס, און זיכער האט איר שוין באקומען מיין ענטפר אויף אייער פריערדיקען בריף.

איך בין געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז איר טוט אין די ענינים פון מעמד, און זיכער וועט דאס אייך בריינגען א תוספת הצלחה אין געזונט און אייערע ענינים הפרטים.

איך האף אז איר זוכט ענערגיש אויף א פּאסענדען אופן צו לערנען פארן עולם, וכיו"ב. וואס נוסף אויף דעם עיקר, די תועלת אין רוחניות, קען מען האפען אז מיט דער צייט זאל דאס אויך זיין א נוצען בגשמיות.

זעלבסט פארשטענדליך אז אלע הוצאות וואס איר האט אין פארבינדונג מיט די ענינים פון מעמד, מוז דאס גיין אויפן חשבון פון ועד המעמד, און ווי עס איז באוואוסט אין דעם דער סיפור פון כ"ק מו"ח אדמו"ר אז ווען זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מוהרש"ב - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, האט געשיקט הגביר האדיר מוה"ר שמואל ע"ה גורארי' מיט א שליחות אין פּעטערסבורג, האט ער עם געגעבען פון זיין קאסע וויפיל מען דארף אויף הוצאות. און הגם עס איז דאך זעלבסט פארשטענדליך ווי צופרידען עס איז געווען החסיד הגביר האדיר מוה"ר שמואל ע"ה פון דער שליחות און דאך האט דער רבי געוואלט אז די הוצאות זאל גיין דוקא פון זיין קאסע, און ווי דאס ווערט ערקלערט אין אנדערע ערטער דעם טעם פון דעם.

לויט אייער בקשה וועל איך מזכיר זיין אייך און אייער פרוי תחי' אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צום גוטען געזונט ולאריכות ימים ושנים טובות, והשי"ת יצליחו לבשר בשורות טובות בהנוגע לעצמו ולבני ביתו ולכל הסביבה.

בברכה.

  1. 1 פלוטקין לעיל מכתב 878 מכתב 1147