Letter # None

ז' תמוז, תשט"ו

3619

ב"ה, ז' תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען די טעלעגראמע פון אייער אנקומען בשלום אהיים, און אויך פון דעם גרוס וואס עס האט מיר איבערגעגעבען ד"ר מינדעל פון דעם בריף וואס ער האט באקומען פון אייך, און זיכער האט איר געטראפען אייערע בני בית בסדר ובשלום, און האט אויך איבערגעגעבען א גרוס צו אלע אנ"ש שי', און אויך א גרוס אייער ברודער שי', ווי מיר האבען גערעט. און אז מען פארזייט א קערענדעל אין א אידישער הארץ, וואס אידען ווערן אנגערופען ארץ חפץ, איז סוף כל סוף בריינגט דאס פירות, אויב אפילו צייטענווייז איז שווער צו פאראויסזאגען אין וויפיל צייט ארום, וכמו שכתוב לבלתי ידח ממנו נדח, און בפרט אז דער זכות פון טאן טובות אידען, דערלאזט ניט צו פארטרונקען ווערען אין גשמיות און ווילענדיק ניט ווילענדיק ציהט דאס (אויב אפילו תחלתו באונס) צום אמת'ן טוב ואין טוב אלא תורה וקיום מצותי'.

און אזוי ווי איר זייט תודה לא-ל א מוצלח אין אנדערע זאכען דארפמען האפען אז אויך אין דעם וועט איר האבען הצלחה. זעבלסט פארשטענדליך אז איר קענט עם זאגען דאס אין מיין נאמען אויב איר געפינט דאס פאר נויטיג, און אז עס איז באוואוסט דער ענדגילטיג אויספיר (מסקנה אחרונה) אויך אפילו פון די וועלטליכע וויסענשאפטלער, אז קיין זאך ווערט ניט פארלארען, און מען קען קיין זאך ניט פארניכטען אויב עס האט נאר א מציאות (א פראנענקייט), איז אויב אין גשמיות (מאטעריעל-פיזיש) איז אזוי, איז דאך פארשטענדליך אויף וויפיל ניט פארגלייכליך איז דאס אזוי אין ענינים רוחנים (גייסטיגע מציאות'ען), וואס פון זיי איז אויך דער חינוך הכשר וואס עלטערען גיבען אריין אין קינדער.

בייגעלייגט איז דא [א] חוברת המשך המאסר פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכעס וועט אייך זיכער אינטערעסירען און ספּעציעל די הוספה וואו עס רעדט זיך וועגען גלות, וואס דער גרעסטער גלות קען זיין ניט דאס געפינען זיך בא פרעמדע, נאר דאס זיין אין גלות בא דעם אייגענעם יצר הרע, וכמובן.

בברכה לבריאות טובה לו ולזוגתו וכל המשפחה שיחיו ושיוכל לעשות הרבה בעניני תורה ומצות בכלל ובעניני המוסדות ליובאוויטש ביחוד.