Letter #3513

Regarding your confusion in thoughts, speak to your Mashpia, and look in your Siddur when davening.

כ"ה אייר, תשט"ו

You should also look in the text when studying. Wishing you much success in the Shabbos gatherings you lead.

ב"ה, כ"ה אייר, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויפן בריף אין וועלכען דו שרייבסט וועגען בלבול המחשבות.

דו דארפסט ריידין וועגען דעם מיט דיין משפיע פון חסידות, און בשעת'ן דאוונען זאלסט דו דאוונען פון סידור און ניט אויף אויסוויניג, און אויך דאס רוב פון לערנען - א חוץ דאס וואס מען לערנט אויף אויסוויניג - זאלסט דו לערנען פון דעם ספר אדער קונטרס, און אז מען קוקט אריין אינווייניג זיינען די אותיות מאירות, און השי"ת זאל דיר העלפען צו לערנען בשקידה ובהתמדה, און מצליח זיין אין די מסיבות שבת וואס דו פירסט אן, און בכלל אין גוטער השפעה אויף דיינע חברים שיחיו.

בברכה,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר

Leave Feedback