Letter # 3142

כ"ו כסלו, תשט"ו - מוה"ר יעקב אשר שי' שו"ב טעלער

3142 - Great to hear you're teaching Tanya to Balei Batim, participating in farbrengens, and

Supporting the institutions! May you go from strength to strength as the lights of Chanukah increase each night.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ו כסלו, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר יעקב אשר שי' שו"ב[1]

שלום וברכה!

נאך א ליינגערען איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון כ"א כסלו, און לייענען אין עם אז איר זעצט פאר דעם לערנען תניא פאר בעלי בתים, און איר באטייליגט זיך אין די התועדות אנ"ש און אויך אין די החזקת המוסדות, און השי"ת זאל אייך העלפען איר זאלט גיין אין דעם מחיל אל חיל.

און ספעציעל לויט דעם אפלערנונג פון די טעג פון חנוכה, וואס די ראשי תיבות פון חנוכה זיינען, ח' נרות והלכה כבית הלל, אז מוסיפין והולכין, אז פון טאג צו טאג מאכט מען מערער ליכטיקער, וואס דאס איז אויך בנוגע צו יעדער אידען א לערנונג צו מאכען יעדער טאג ליכטיקער בנר מצוה ותורה אור, ומאור שבתורה, וואס דאס איז פנימיות התורה.

בברכת הצלחה בכל הנ"ל ופ"ש לכל אלו המשתתפים בהשיעורים.

  1. 1 טעלער, לונדון