Letter # 3094

None

3094

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"א כסלו, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

נאכן איבעררייס בין איך געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ח' כסלו, אין וועלכען איר שרייבט אז אייער געזונט צושטאנד איז בעסער. און איך בין אין דער זעלבער מיינונג ווי דער פראפעסאר, אז דאס איז בא אייך פון עגמת נפש, און בעסער אויסדריקען זיך אז דאס נעמט זיך בא אייך פון ניט גענוג שטארקייט אין בטחון בהשם יתברך, וואס ער איז ניט נאר דער בורא עולם נאר אויך דער מנהיג העולם, און פירט די וועלט בהשגחה פרטית אויף יעדער פרט ופרט פון דעם לעבען פון א אידען.

וואס ווען מען טראכט זיך אריין אין דעם, און מיט א שטארקייט, קומט מען צו דעם איבערצייגונג אז ד' לי לא אירא מה יעשה לי אדם. ביז אז דוד המלך געפינענדיג זיך אין א ניט ווי געהעריגען מצב זאגט לא אירא רע כי אתה עמדי, און דעריבער האט דוד געזעהן נצחונות אין אלע זאכען וועלכע זיינען ניט געווען ווי געהעריג.

און דאס וואס מען האט אריינגעשטעלט דעם סיפור אין דער תורה, וואס תורה איז מלשון הוראה, אז דאס דארף דינען אלס לערנונג פאר יעדער אידען און יעדער ארט וואו ער געפינט זיך אז אויב ער וועט זיך האלטען בא דעם פעסטען געדאנק אז "אתה עמדי", וועט דאס בריינגען אויך דעם ס[וף] פון פסוק אז "אך טוב וחסד ירדפוני כל ימי חיי". און השי"ת זאל אייך מצליח זיין אז איר זאלט קומען צו דער החלטה וואס מעגליך פריער, און השי"ת זאל אייך פירען, און פירן זיך מיט אייך בטוב הנראה והנגלה סיי בענינים רוחנים און סיי בענינים גשמים, און איר זאלט קענען מיט א רוהיגע קאפ און הארץ איינטייל נעמען אין צרכי צבור להחזקת היהדות ברוח ישראל סבא אין אייער קהלה.

בייגעלייגט איז דא א חוברת י"ט כסלו, וועלכעס איר וועט געוויס אויסניצען אויף א פאסענדען אופן, צו באקענען מיט איר אינהאלט אנשי קהלתו.

בברכה.