ב"ה, כ"ב מ"ח, תשט"ו
ברוקלין.
אגודת נשי ובנות חב"ד סניף מאנטרעאל ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
איך האב באקומען אייער בריף און בין געווען צופרידען צו לייענען אין עם וועגען די פערשידענע שמועסין און באשפרעכונגען וועלכע זיינען געווען אין דער צייט פון די אסיפות. און עס וואלט געווען א גוטע זאך, אויב עס זיינען נאר פראן די פאסענדע מענשן, אז בא יעדער אסיפה זאל מען אויך ריידין וועגען די אינהאלט פון דער סדרה פון דער וואך אין וועלכער עס קומט פאר די אסיפה און אויך פון די סדרות פון זינט דער פריערדיקער אסיפה, אדער פון די הפטרות. און מען קען געפינען מאטעריעל, אין דעם, אויך אין די Talks ו"שמועסן" פון די פריערדיקע יאהרען. אויך וואלט מען געדארפט משתדל זיין זיך צו אויסברייטערען דעם קרייז פון באטייליגטע אין די אסיפות.
און געוויס אזוי ווי מיר גייען איצטער צום חדש כסלו אין וועלכען עס זיינען די יום טוב טעג פון יו"ד און י"ט כסלו און אויך חנוכה, וועט אויף די אסיפות פון אגודת נשי ובנות חב"ד געוויס גערעט ווערען אין די ענינים פון די באטרעפענדע טעג. און השי"ת זאל געבען עס זאל זיין מיט הצלחה אין דאס אלעס אויבען געזאגטע וואס דאס וועט בריינגען הצלחה צו יעדער איינע פון די איינטיילנעמער, אין זייערע ענינים הפרטים.
בברכה.
נ.ב.
אין ענטפער אויף אייער פראגע. אזוי ווי עס איז א גרויסער אונטערשייד אין עלטער צווישען די חברות פון נשי ובנות חב"ד, איז זעלבסט פארשטענדליך אויך דא א אונטערשייד אין די פראבלעמען וואס אינטערעסירט זיי און די פערשידענע פראגען, פרעגט איר מיין מיינונג אין וואס פאר א אופן צו באווארענען דאס.
לויט מיין מיינונג. זיינען דאך פראן אזעלכע פראגען און ענינים אלגעמיינע וועלכע זיינען נוגע אלעמען פון די חברות, און עס זיינען פראן אויך שאלות און ענינים וועלכע זיינען פארבונדען נאר מיט א געוויסען עלטער. וואלט מען באדארפט אין איינקלאנג מיט דעם, איינארדנען אלגעמיינע אסיפות פון אלע חבירות, וואו עס זאלען באהאנדעלט ווערען די אלגעמיינע פראבלעמען, און דארטען זאל אויך בא דער אסיפה געלערענט ווערען פון דער סדרה פון דער וואך, אדער אזעלכע דינים וועלכע זיינען נוגע אלעמען צו וויסען זיי, און אויסער דעם מאכען אסיפות פון פערשידענע גרופעס פון די נשי ובנות חב"ד, אויף וועלכע עס זאלען באהאנדעלט ווערען נאר די פראבלעמען וועלכע זיינען פארבונדען מיט דער עלטער פון דער גרופע. זעלבסט פארשטענדליך אז אויב אויך אויף דער אסיפה וועט בייזיין איינע פון די עלטערע, איז אויך אן אחריות איר אנוועזענהייט. אבער עס מוזען זיין אלגעמיינע אסיפות און אפטער פון אלע פרויען צוזאמען.
און איך האף אז אויך די וועלכע זיינען ביז איצטער ניט געקומען צו די אסיפות פון נשי ובנות חב"ד, איז נאך דעם ווי זיי וועלין זיך איבערצייגען זייענדיג אויף די ספעציעלע גרופען אסיפות, וועלען זיי אויך אנהויבען צו קומען אפילו צו די אלגעמיינע אסיפות און האפענטליך וועט דאס אלץ זיין בדרכי נועם ובדרכי שלום, וואס דאס וועט אויך בריינגען הצלחה אין דער ארבעט.
B"H, 22nd of Marcheshvan, 5715. Brooklyn.
Agudas Nshei U'Bnos Chabad Montreal branch—may Hashem be upon them for life—blessing and peace!
I received your letter and was pleased to read about the various talks and discussions held during your meetings. It would be a good thing, if the appropriate people are present, that at every gathering there should also be discussion about the content of the weekly Torah portion in which the meeting occurs, as well as from the portions since the previous meeting, or from the Haftaros. Material for this can also be found in the Talks and "Shmuessen" from previous years.
There should also be an effort to broaden the circle of participants in these gatherings. And certainly, as we now enter the month of Kislev—which contains the special days of Yud and Yud-Tes Kislev as well as Chanukah—the meetings of Agudas Nshei U'Bnos Chabad will surely address matters related to these significant days.
May Hashem grant that all of the above will be successful, bringing success to each participant in her personal matters.
With blessing.
P.S. In response to your question: Since there is a significant age difference among the members of Nshei U'Bnos Chabad, it is self-evident that there are also differences in their interests and questions. You ask my opinion on how to address this. In my view: There are general questions and topics relevant to all members, and there are questions connected only with a specific age group. Therefore, general gatherings should be arranged for all members where general issues are discussed; at these meetings there should also be study from the weekly Torah portion or laws relevant for everyone to know. In addition, separate meetings should be held for different groups within Nshei U'Bnos Chabad where only issues relevant to that group's age are addressed.
Of course, if one of the older women is present at such a meeting, her presence is also a responsibility. But there must be general gatherings more often for all women together. I hope that even those who have not yet attended Nshei U'Bnos Chabad meetings will, after being convinced by attending special group meetings, begin coming even to general gatherings—and hopefully all will proceed pleasantly and peacefully, which will bring success in this work.
Summary
The Rebbe teaches that regular Torah study and thoughtful group structure—both general and age-specific—enhance unity and effectiveness within Nshei U'Bnos Chabad activities, ensuring every member's needs are addressed with kindness and peace.