Letter # 3013

None

3013

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"א מ"ח, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון ז' חשון, און בין אפילו צופרידען פון דעם וואס איר באקלאגט זיך אז מען פאדערט פון אייך אז איר זאלט ארבעטען פאר עטליכע מוסדות, און הלואי אויף אלע אידען געזאגט געווארען אזא ניט צופרידענקייט וועלכעס איז פארבונדען מיט מוסדות חינוך על טהרת הקדש און אין ענינים פון צדקה בכלל און עניני חינוך הכשר בפרט, זיכער אז מען דארף אויספאלגען די אנווייזונג פון דאקטאר וואס זאגט אז מען דארף זיך אפהיטען וואס דאס איז די אנווייזונג פון תורתנו הק' ונשמרתם מאד לנפשותיכם, אבער ווען השם יתברך האט דאס אריינגעשריבען אין דער תורה האט ער גלייכצייטיג אריינגעשריבען די נויטיגקייט צו טאן צדקה וחסד, איז דאך זיכער אז מען קען דאס טאן און ניט נאר אז דאס זאל ניט שאדען נאר אדרבה דער פארגעניגען וואס מען פילט טוענדיק א גוטע זאך שטארק[ט] דאס און מאכט גרעסער דעם געזונט צושטאנד אפילו פון גוף בא א אידען, און אזוי אויך איז בנוגע צו אייך, אז זיכער ווען איר וועט ניט ריידין הויך וועט מען אויך הערין וואס איר זאגט, און זיכער וועט איר געפינען אויך צייט צו טאן פאר די מוסדות און ענינים וועלכע זיינען על טהרת הקדש, און ווי איך האב אייך געזאגט מערערע מאל אין אונזערע שמועסין, דארפט איר זיין בשמחה וכמו שכתוב עבדו את ה' בשמחה דוקא, און וויבאלד אז השם יתברך פאדערט דאס פון אלע אידען און פון יעדער אידען, גיט ער - ברוך הוא - כח אז מען זאל קענען אויספירען זיין פאדערונג.

בשביעת רצון ובשמחה ובנועם האב איך איבערגעגעבען דעם דרעפט וואס איר האט געשיקט לויט די שמועסין וואס מיר האבען געהאט דא, און ווי איר האט גערעט - בלי נדר - אויף ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און איך האף אז צו דער צייט פון באקומען מיין דיזען בריף האט איר שוין א קבלה אויף דעם פון צענטראלען אפיס של ישיבות תומכי תמימים מיט א פאסענדען באגלייט בריף, און השי"ת זאל אייך העלפען אז מכאן ולהבא זאלט איר קענען ממלא זיין משאלות לבבו לטובה, ווארום בא א אידען ווי גוט ער זאל ניט זיין האט ער נאך מעגליכקייטען צו זייך נאך בעסער און השי"ת זאל אייך העלפען אויך אין דעם.

און ווי עס איז באוואוסט דער סיפור פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר וואס ער האט דערציילט וועגען זיין פאטער כ"ק אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז ווען ער איז אלט געווארען פיר אדער פינף יאר איז אין דעם געבורסטאג זיינעם איז ער אריינגעגאנגען צו זיין זיידען דעם צמח צדק נעמען א ברכה (זיין געבורסט טאג איז כ' חשון, און יענעם יאר איז דעס אויסגעפאלן אין דער סדרה וירא) אריינגייענדיק צום זיידען דעם צמח צדק, האט ער אנגעהויבען וויינען, פרעגט עם דער צמח צדק וואס וויינסטו, ענטפער ער, אז ער האט געהערט אין חדר די וואך אז וירא ד' אליו, אז הקב"ה האט זיך באוויזען צו אברהם אבינו, וויינט ער, ער וואלט אויך וועלען זעהען עם - הקב"ה - און צו עם, האט ער - הקב"ה - זיך ניט באוויזען. האט עם דער צמח צדק געענטפערט, א איד א צדיק פון 99 יאר ווייס אז ער דארף זיך נאך מל זיין (ד.ה. אז עם דארף נאך צוקומען, ווארום ער האט נאך ניט דעם ענין והי' תמים) איז ער ווערט אז הקב"ה זאל זיך באווייזען צו עם.

דברי צדיקים אפילו ווען זיי ווערען געזאגט צו איינעם בפרט, און אפילו ווען דאס איז געזאגט געווארען צו א קינד פון 5 - 4 יאר, אבער וויבאלד מען האט דאס אונז דערציילט, און דאס זיינען דאך דברי צדיקים, ענטהאלט דאס א הוראה ומוסר א לערנונג פאר כמה וכמה מבני ישראל און אפילו אין אנדערע ערטער און אין אנדערע צייטען. והנמשל מובן.

השם יתברך זאל העלפען יעדערען פון אונז צו שטייגען אין תורה ומצות מיטן גאנצען ווילען און השי"ת זאל געבען כחות אויף דעם, און שטענדיג געדיינקען אז עס פעלט נאך און מען דארף זיין א "והי' תמים" און האבען בטחון אין השם יתברך אז אין לך דבר העומד בפני הרצון און אז מען וויל אויף א אמת העלפט השם יתברך.

בברכה להוספה בקיום המצות ובשיעורים קבועים לתורה לאריכות ימים ושנים טובות.