Letter # 2719

ח' סיון, תשי"ד

2719 -To fix partially negligence of family purity laws, support a Mikvah and influence other women.

It is necessary that at least from here and on you keep the laws as demanded by the Torah.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ח' סיון, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף פון 2/5 אין וועלכען איר שרייבט אין די ערטער וואו איר זייט געווען ביז יעצט און אז דאס האט מיטגעבראכט ניט צו היטען כו'.

עס איז דורכאויס נויטיג אז פון איצטער אן און ווייטער זאלען די דינים פון טהרת המשפחה אפגעהיט ווערען לויט דער פאדערונג פון תורתנו הק' וועלכע איז אויך א תורת חיים, וועלכע בריינגט אריין לעבען און פרייד בא אידען אין זייערע הייזער, און לפחות אין א געוויסער מאס צו פאריכטען דאס וואס עס איז געווען ניט ווי עס באדארף צו זיין, זאלט איר אמווייניגסטען אמאל אין וואך געבען עטליכע פרוטות וועלכע זאלען פארנוצט ווערען אויף צו אויפהאלטען א מקוה אין איינע פון די שטעט בארצנו הק' תבנה ותכונן, און אויך צו איינווירקען אויף אנדערע פרויען אז זיי זאלען אפהיטען דעם הייליגען געבאט פון הקדוש ברוך הוא, פון אפהיטען טהרת המשפחה, וועלכעס בריינגט געזונט און הצלחה.

און השי"ת זאל אייך העלפען אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען דערמאנטע.

בברכה, 

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.