Letter # 2548

כ"ד אדר ב', תשי"ד

2548 - Explain to your children that it is the same Hashem and the same Torah as 100 years ago.

The only way to receive the blessing of Hashem is to follow his instructions.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ד אדר ב', תשי"ד

ברוקלין. 

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף - אן דעם דאטום פון שרייבען - אין וועלכען איר זאגט אן די גוטע בשורה וועגען אייער זון... שי'. און זיכער ווען מען זעט נסים פון השם יתברך דארף דאס ווירקען אויף דער גאנצער משפחה צו שטארקען זיך מער אין ענינים פון תורה ומצות, וואס דער שטארקען זיך אין דעם איילט צו די ברכות פון השי"ת אויך אין אנדערע זאכען וועגען וועלכע איר שרייבט אין אייער בריף.

און דאס וואס איר שרייבט וועגען מאדערנע... דארפט איר ערקלערען אלע אייערע קינדער, אז הקדוש ברוך הוא איז דער זעלביקער ווי ער איז געווען אמאל מיט הונדערטער יארן צוריק און אזוי אויך תורה איז די זעלבע ווי אמאל, און השם יתברך פירט די וועלט ווי עס [איז] געווען אמאל, און דעריבער דארפמען זיך אנהאלטען אין דעם וועג וואס די תורה האט אנגעוויזען, וואס דאס איז דער איינציקער וועג פאר אידען צו אויפנעמען די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.

און ווען אייערע קינדער וועלען זיך אזוי אויפפירען וועט איר זיכער קענען אנזאגען גוטע בשורות וועגען די אלע זאכען וואס איר שרייבט אין אייער בריף.

מיט א וואונש צו א כשר'ן און פרייליכען פסח.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.