Letter # 2352

י"ז טבת, תשי"ד

2352 - איצטער אז השם יתברך האט אייך געוויזען נסים און זי האט געטאן א גוטען שידוך, דערמאנט איר ניט

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ז טבת, תשי"ד

ברוקלין. 

ברכה ושלום! 

איך האב באקומען אייער בריף פון 20/11 אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם צושטאנד אין געשעפט, און דעם געזונט פון אייער מאן שי'. און לויט אייער בקשה, וועל איך מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, צום בעסערונג אין דאס אויבענדערמאנטע.

אבער עס וואונדערט מיר, אז נאכדעם ווי איר האט גערעט מיט מיר אייניגע מאל מיט פארביטערונג וועגען א שידוך פאר אייער טאכטער תי' און האט געקוקט אויף דעם פעסעמיסטיש, איז איצטער אז השם יתברך האט אייך געוויזען נסים און זי האט געטאן א גוטען שידוך, דערמאנט איר ניט אפילו א ווארט וועגען דעם, ניט קוקענדיג אויף דעם וואס דאס איז א גליק אויף דעם גאנצען לעבען פאר אייער טאכטער און במילא אויך א גליק פאר אייך און אייער מאן שיחיו, און אז מען זעהט חסדים פון השי"ת אויף וועלכע מען האט זיך ניט געריכט גאר, איז דאס ערשטע דארפמען דאך באדאנקען השם יתברך פון טיפען הארצען אויף דעם, און ערשט שפעטער באקלאגען זיך אויף די זאכען, וועלכע זיינען פארלויפיג ניט ווי עס וואלט זיך געוואלט.

זעלבסטפארשטענדלעך אז איך מיין ניט צו זאגען דערמיט, אז דער געשעפט דארף גיין סלא ח"ח א.א.וו. ווארום השם יתברך וויל געבען א אידען אלץ וואס ער באדארף, און ניט אויסבייטען איינס אויף דאס אנדערע, אבער נאך דעם אלעמען דארפמען ניט פארקוקען דאס וואס השי"ת טוט מיט א אידען, און ווען מען באדאנקט עם אויף די נסים וואס ער האט געוויזען ביז איצטער, וואס דער דאנק דריקט זיך אויס אין זאכען פון תורה ומצות, איז דאס אליין היילט צו דאס קומען פון נאך ברכות פון השם יתברך.

און השם יתברך זאל אייך העלפען אז איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות פון זיך אליין פון אייער מאן און פון אלע אייערע. 

בברכה.

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א, מזכיר: