Letter # 2346

ט"ז טבת, תשי"ד

2346 - אז איר זייט געזונט און די מחשבות און מרה שחורה אייערע האט קיין יסוד ניט

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ט"ז טבת, תשי"ד

ברוקלין. 

שלום וברכה!

במענה על מכתבו מיום ב', און לויט אייער בקשה אייל איך צו ענטפערען אויף עם, חאטש איך ווייס ניט וואס איך האב צו מוסיף זיין אויף דעם וואס איך האב אייך געזאגט בפירוש ווען איר זייט געווען בא מיר, און איך ווידערהאל נאך אמאל, אז איר זייט געזונט און די מחשבות און מרה שחורה אייערע האט קיין יסוד ניט, און בפרט אז איר זייט געווען בא דעם דאקטאר און ער האט אייך אויך אזוי געזאגט זעהט איר דאך אז עס איז געווען א שאד דער גיין צום דאקטאר, און עס וואלט געווען גלייכער אוועקגעבען די געלט אויף צדקה. 

און השי"ת זאל העלפען אז לכל הפחות פון יעצט און ווייטער זאלט איר מבטל זיין אלע מחשבות הנ"ל און שטארקען זיך אין לערנען תורה און מקיים זיין מצות מתוך שמחה. 

דאס וואס איר שרייבט בנוגע צו תעניתים, איז דאך באוואוסט דער בריף פון בעל שם טוב צו זיין תלמיד דער בעל התולדות וועגען דעם און אויך דאס וואס רבינו הזקן שרייבט אין אגרת התשובה בתחלתו, און בכללות איז דאס ניט פאר אייך קיין דרך, און איר דארפט מתיר נדר זיין וויבאלד איר האט זיך פריער געפירט אזוי און ניט געזאגט דערביי אז דאס איז בלי נדר, און אין דעם יאר און אויך אין דעם קומענדען יאר איז דעם טאג וואס (פארן מתיר נדר זיין יעצט) האט איר געהאלטען א תענית דענסטמאל, זאלט איר געבען פדיון תענית אויף צדקה, און מוסיף זיין א שיעור - א צוגאב שיעור אין תורת הנגלה און א צוגאב שיעור אין תורת החסידות. 

וועגען דעם וואס מען לייגט אייך פאר א ענין פון פרנסה, איז אויב לויט ווי איר שרייבט וועט דאס ניט שטערן צו אייער ארבעט אין חינוך הכשר, קענט איר דאס אננעמען, און מן הסתם וועט איר מפריש זיין א חומש פון דער צוגעקומענער פרנסה אויף צדקה, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך, אז די צדקה זאל זיין פאר איינע פון די קופות וועלכע זיינען נתיסד געווארען דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע. 

בברכה לעבודת השי"ת ובשמחה דוקא.