Letter # 2296

י"ב כסלו, תשי"ד - מוה"ר יצחק אייזיק שי' לוויטנסקי

2296 - צו נעמען זיך ענערגיש אויך אין דעם יאר אין דער דורכפירונג פון דער הילף אסיגנירונג פאר דער

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ב כסלו, תשי"ד

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ כו' מוה"ר יצחק אייזיק שי'[1] 

שלום וברכה! 

שוין א ליינגערע צייט אז איך האב ניט געהערט דירעקט פון אייך, חאטש איך באקום ידיעות וועגען אייך דורך נאכפרעגען זיך בא אונזערע געמיינזאמע פריינד, און איך האף צו באקומען פרייליכערע ידיעות וועגען אייערע ענינים, און אויך אז איר נעמט איינטייל אין די ענינים פון דער שול, וואס עס איז שוין די העכסטע צייט עס זאל איינגעארדענט ווערען ווי מיר האבען גערעט אייניגע מאל, אז עס דארף זיין א שול אין דעם געגענט וואוהין מען מופט יעצט און אויך א תלמוד תורה און די איבעריגע ענינים וואס געהערען צו א שול. ווארום עס איז דאך א שאד די צייט וואס גייט דורך, און וואס ווייטער קען די זאך ווערען מער קאמפליצירט.

און בפרט וויל איך אויפמערקזאם מאכען אייך אויף נאך א ענין וואס איך רעכין אז עס איז די צייט אויף דעם, דאס איז וועגען דעם קרן הצלה, פאריגען יאר האט איר איינטייל גענומען אין דער דורכפירונג פון דעם אז דער קרן הצלה זאל באשטימען א פאסענדען סכום פאר דער עסקנות ליובאוויטש אויף דער אנדער זייט ים, און חאטש די שטיצע וואס זיי האבען אסיגנירט איז ווייט לפי ערך די נויטיגקייט און פארנעם פון דער ארבעט, דאך האט אבער אייער אריינמישונג אין דעם גוט געטאן, אז עס זאל אסיגנירט ווערען די סומע לכל הפחות. 

לויט דעם סדר דארפען יעצט פארקומען די אסיפות וועגען דעם בודזשעט פארטיילונג פון קרן הצלה אויף דעם יאר, וואלט איך געוואלט אייך אויף דעם אויפמערקזאם מאכען, און בעטען, הגם איך האלט דאס פאר איבעריג און איר וועט דאס אליין אויך טאן, צו נעמען זיך ענערגיש אויך אין דעם יאר אין דער דורכפירונג פון דער הילף אסיגנירונג פאר דער ארבעט עסקנות ליובאוויטש אין דער געהעריקער מאס, וואס זיכער וועט איר געפינען די וועגען די פאסענדע צו בריינגען דאס מהכח אל הפועל. 

און לויט ווי מיר האבען געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז ווען מען טוט אין א גוטער זאך איז השם יתברך מצליח, האף איך אז איר [וועט] מצליח זיין אויך אין דעם, און וועט מיר קענען שרייבען גוטע בשורות אין דעם. 

און בפרט אז מיר גייען יעצט צו דעם חג הגאולה י"ט כסלו, וואס לויט די מסורה פון אונזערע רביים הק', האט אדמו"ר הזקן דורך זיין עבודה פועל געווען, אז ווען חסידים וועלען טאן אין זיינע ענינים, וועלען זיי תמיד מנצח זיין און אויספירען, איז יעצט אלזא די פאסענדע צייט צו אנהויבען אין דער השתדלות ווי אויבען געזאגט וועלכע וועט געקרוינט ווערען מיט הצלחה.

בברכת חג הגאולה ופר' בהצלחה. 

  1. 1 לוויטנסקי