Letter # 2254

ב' מ"ח, תשי"ד

2254 - איר פרעגט צי זאלט איר זיך לערנען דרייווען א קאר, איך רעכין, אז עס איז גלייכער, דערווייל, אז

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, ב' מ"ח, תשי"ד

ברוקלין 

ברכה ושלום! 

עס איז ערהאלטען געווארען אייער בריף אין וועלכען איר פרעגט צי זאלט איר זיך לערנען דרייווען א קאר, איך רעכין, אז עס איז גלייכער, דערווייל, אז איר זאלט די צייט וואס דארף נעמען צו לערנען זיך דרייווען געבען מער אויף צו מגדל זיין אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים און אויך צו פארשטארקען אייער באטייליגונג אין די ענינים פון נשי ובנות חב"ד און אידישקייט בכלל, און השי"ת זאל העלפען אז דעס זאל זיין בהצלחה. 

בברכה, 

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,

 

מזכיר: א. קווינט