Letter # 2250

כ" תשרי, ה'תשי"ד - מו"ה יהודא ליב שי' שלייפר

2250 - כאטש מען דארף האבן קבלת-עול צו תורה אלס א העכערע און ג-טלעכע פליכט, דארף עס אבער געטאן ווערן

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ" תשרי, ה'תשי"ד

ברוקלין, נ.י.

הוו"ח אי"א נכבד ונעלה עוסק בצרכי ציבור בעל מרץ וכו' מו"ה יהודא ליב שי'[1]

שלום וברכה!

עס האט מיר געפרייט צו זען אייך ביים פארברענגען שבת בראשית. איך בין זיכער, אז דער גייסטיקער פארגעניגען וואס איר האט געהאט וועט אייך באגלייטן א גאנץ יאר.

אזוי ווי דער פארברענגען האט אנגעהאלטן אויך נאכדעם ווי איר האט געמוזט אוועקגיין, וויל איך דא איבערגעבן א נקודה פון די רייד וועלכע זיינען שפעטער געהערט געווארן.

די אלע ימים-טובים פון חודש תשרי זיינען, ווי באוואוסט, כללות'דיקע, וואס דארפן משפיע זיין אויף א גאנץ יאר. די השפעה פון שמחת תורה, וואס מ'דארף מיטנעמען מיט זיך אויף א גאנץ יאר איז - שמחת תורה, דאס הייסט, פרייען זיך מיט דער תורה יעדן טאג פון יאר.

תורה איז ניט אן אבסטראקטע חכמה, און כאטש זי האט דאס אויך, איז אבער דער עיקר כוונה פון תורה, ווי דער ווארט באדייט פון לשון הוראה און כאטש מען דארף האבן קבלת-עול צו תורה אלס א העכערע און ג-טלעכע פליכט, דארף עס אבער געטאן ווערן אויך מיט שמחה. און אז מ'טוט בשמחה, איז דאס גופא שוין דער שכר. אבער דער אויבערשטער וואס איז תכלית הטוב, גיט דערפאר אויך בריאות הגוף, הצלחה אין געשעפטן און נחת פון קינדער, און ווי די תורה זאגט - אם בחוקותי תלכו - שתהיו עמלים בתורה, זיין טעטיק אין תורה - דאן ונתנה הארץ יבולה כו' קומען אן אלע גוטע ברכות בגשמיות וברוחניות.

דאס אלעס איז גערעדט בנוגע יעדן אידן. פארשטייט זיך, אז דער וואס האט זוכה געווען און דער אויבערשטער האט אים געהאלפן צו האבן א השפעה און א פעולה אויף דער סביבה צו העלפן אויפהאלטן א מוסד פון תורה תמימה, וואס איינע פון זיינע יסודות איז זיין אן אונאויפהערלעכער קוואל פון תורה פאר דער ברייטער וועלט - אזא איד דארף זיכער געדיינקען און דערפילן זיין אויפגעבע און זיין זכות ניט נאר שמחת תורה, נאר יעדן טאג פון יאר.

השי"ת זאל אייך מצליח זיין אין אייער ארבעט פאר תורה, עס זאל זיין בהצלחה ובשמחה, און וויסנדיק אויף ווי ווייט אייער פרוי שתחי' העלפט אייך אין אלע אייערע אונטערנעמונגען, וועט זי אייך זיכער זיין א הילף אין אייער אונטערנעמונג פאר דער ישיבה תומכי תמימים און זיין א שותף אין אלע ג-טלעכע ברכות.

בברכת הצלחה בהנ"ל. 

 

  1. 1 שלייפר