Letter # 2200

י"ב מנ"א, תשי"ג

2200 -לייכטער צו אויפטאן אין די זומער פלעצער וואס דארטען זיינען די פרויען פריי פון הויז ארבעט

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ב מנ"א, תשי"ג

ברוקלין.

הנהלת אגודת נשי ובנות חב"ד אשר בפאריז, ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט אז איר זעצט פאר אייער ארבעט און האפענטליך אפילו אויך אין זומער צייט, די וועלכע זיינען אין שטאט טוען דאס אין שטאט און די וועלכע זיינען אין די זומער פלעצער טוען דאס דארטען, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז יעדע אין איר ארט זאל זוכען צו פארבינדען זיך מיט די פרויען וועלכע מען קען צוציהען צו אידישקייט בכלל און דעם רעיון פון חסידות בפרט און איינווירקען אויף זיי אין דער ריכטונג דורך פאסענדע וועגען, וואס אין געוויסע פאלען איז פיל לייכטער צו אויפטאן אין די זומער פלעצער וואס דארטען זיינען די פרויען פריי פון הויז ארבעט און זיי האבען מער נויגונג צו איינהערען זיך צו נייע רעיונות און בפרט אויב מען גיט זיי דאס אויף א פאסענדען אופן, און עס איז באוואוסט דער אויסשפראך (פתגם) פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז מען טוט נאר טוט מען אויף. 

ספעציעל בין איך געווען צופרידען צו לייענען אין אייער בריף אז איר טוט אין דעם צו אריינציהען קינדער דורך די זומער חדשים און פארבינדען זיי מיט דער בית רבקה, וואס אויסער די נוצען פון דעם אליין איז אויך זיכער אז עס וועט בא זיי פארבלייבען א רושם אויף ווייטער סיי בנוגע צו די קינדער אליין און אויך בנוגע זייער השפעה אין די הייזער פון זייערע עלטערען, און השי"ת זאל מצליח זיין יעדע איינע פון אייך אין דעם וואס יעדערע נויטיגט זיך אליין און די גאנצע פאמיליע.

בברכת הצלחה.