Letter # 1514

י"ג ניסן, תשי"ב - ליידיס אקזילערי

1514

Previous
0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

Next

ב"ה, י"ג ניסן, תשי"ב

ברוקלין.

ברכה ושלום![1]

צו דעם יום טוב פסח, וואס מיר בתוך כלל ישראל וועלען גיין פייערן די טעג, וויל איך ווינשן די אלע מעמבערס פון דער ליידיס אוקזילערי מיט זייערע פאמילעס, א כשר'ן און פרייליכן פסח.

זיכער איז אלעמען באוואוסט וואס דער מדרש דערציילט, אז יציאת מצרים איז געווען אין זכות פון די נשים צדקניות פון יענעם דור, און זייער זכות איז באשטאנען אין דעם, וואס זיי האבען ערצויגען א אידישן דור, אינגעלעך און מיידעלעך.

און אזוי אויך אין דער ערווארטעטער גאולה וואס מיר אלע האפען אז זי זאל קומען דורך משיח צדקנו במהרה בימינו, ווענדעט דאס זיך אויך אין א גרויסער מאס אן דער אויפפירונג פון אידישע פרויען אין יעדען ארט וואו אידען געפינען זיך, און דער עיקר דורך זייער באטייליגונג אין דעם חינוך פון קינדער, פון זייערע קינדער און אויך העלפען אנדערע צו ערציהען דעם נייעם יונגען דור אין דער וועג פון תורה ומצות.

אייער ליידיס אוקזילערי וועלכע איז געגרינדעט געווארען אויסשליסליך צו שטיצען די מוסדות וועלכע זיינען געגרינדעט געווארען דורך מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע גייען אין דעם וועג, פון תורה ומצות, האף איך אז די ליידיס אוקזילערי וועט וואקסען און אייער ארבעט וועט זיין בהצלחה בגשמיות און וועט בריינגען גוטע פירות ברוחניות, און השם יתברך זאל בענטשען אלע מעמבערס און טוער און די אפיסערס בברכה והצלחה אין זייערע פריוואטע ענינים.

בברכת חג הפסח כשר ושמח.

  1. 1 ל"ליידיס אקזילערי" בכמה מקומות.