9536 —9536

ב"ה,  חמשה עשר באב, — ערב שבת-נחמו, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י. — מר צבי יעקב שי' ראַסלער — מאָנטרעאַל
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה,  חמשה עשר באב,

ערב שבת-נחמו, ה'תשכ"ח — ברוקלין, נ.י. — מר צבי יעקב שי' ראַסלער — מאָנטרעאַל

שלום וברכה!

איך האָב באַקומען אייער בריוו פון י"ט תמוז.

אַזוי ווי דער ענטפער ווערט געשריבן אין אַ מזל'דיגן טאָג, וואָס איז אַמאָל געווען איינער פון די פריילעכסטע טעג, ווי

אונזערע

חכמים זכרונם לברכה דערציילן (לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב כו'),

ווינש איך אייך און אייער פרוי און בני בית שיחיו הצלחה אין אַלע אייערע ענינים, בפרט אַ פאַרבעסערונג אין פרנסה, און בעיקר צו דערציען יעדן און אַלע אייערע קינדער שיחיו לתורה ולחופה ולמעשים טובים, מתוך שמחה וטוב לבב.

און עס זאָל באַ אייך מקויים ווערן לפ[ום]

צערא אגרא – וויבאַלד איר האָט געהאַט אונאָנגענעמלעכקייטן אין ביידע ענינים, זאָל אייך דער אויבערשטער פאַרגיטיגן כמה פעמים ככה, און איר זאָלט האָבן גוטע בשורות צו מבשר זיין.

און מיר זאָלן אַלע זוכה זיין בתוך כלל ישראל צו דעם מקויים ווערן

פון דער נבואה

פון דער הפטרה פון היינטיגן שבת-נחמו – נחמו נחמו עמי יאמר אלקיכם, און די טעג פון בין המצרים זאָלן

פאַרוואַנדלט

ווערן לששון ולשמחה ולמועדים טובים.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

נ. ב.

עס ווערט דאָ אומגעקערט דער בריוו פון באַנק וכו' וואָס איר האָט צוג[ע]לייגט צו אייער בריוו. אויך איז דאָ בייגעלייגט אַ באַנקנאָט פון אַ קופה פון מיין שווער כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אַריינצולייגן אין זעלבער קאָנטא ווי פאָריגן מאָל און זאָל זיין מיט הצלחה.

Leave Feedback