ב"ה, י"ז כסלו, ה'תשכ"ח
ברוקלין, נ.י. — הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יוסף שי' גאַרעליק — מאָנטרעאַל
שלום וברכה!
עס האָט מיר געפרייט צו באַקומען אַ באַריכט, אַז איר האָט איבערגעגעבען מיין גרוס צוריקקומענדיק אין מאָנטרעאַל, בפרט באַ דער געלעגנהייט פון דעם פאַרברענגען פון י' כסלו, און אַז איר האָט דאָס געטאָן מיט אַ לעבעדיקייט און פריילעכקייט.
דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז איר זאָלט שטענדיג פריילעך מאַכן אידן, און פאַרשטייט זיך די אייגענע משפחה שי', עס זאָל זיין פריילעך אין אַלע הינזיכטן, אין גשמיות און אין רוחניות, וואָס באַ אידן גייען ביידע צוזאַמען, און אדרבה, אַז עס איז אַ פריילעכער צושטאַנד אין רוחניות'דיגע זאַכן, גיט דער אויבערשטער הצלחה אין גשמיות'דיגע ענינים. פאַר אַ באַברויסקער איז זיכער איבעריג מאריך צו זיין [אין] דעם.
ויהי רצון, אַז איר זאָלט אין דעם אַלעם טאָן אין אופן פון
מוסיף
והולך, אין איינקלאַנג מיט דעם ענין פון נר חנוכה, וואָס יעדן טאָג קומט צו מיט אַ ליכטעלע מער.
מיט וואונש צו אַ פריילעכן חג הגאולה און אַ ליכטיגען חנוכה ולבשורות טובות בכל האמור.