9179 —9179

מרת חי' בריינא תחי'   ב"ה, א' מנ"א, תשכ"ו — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, א' מנ"א, תשכ"ו

ברוקלין.

מרת חי' בריינא תחי'

שלום וברכה!

דורך הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה אהרן ישראל שי' דענבערג, האב איך באקומען די ידיעה וועגען אייער געזונט צושטאנד.

און בעת רצון האט מען אייך מזכיר געווען אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.

און דאס וואס איר טוט פאר זיינע מוסדות, סיי אליין און אויך דורך איינווירקען אויף אנדערע צו איינטיילנעמען און שטיצען די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, זאל אייך דער זכות ביישטיין צו א רפואה קרובה ורפואה שלימה, און נאך פילע גוטע יארן זאלט איר קענען טאן אין דאס אויבען געזאגטע מיט גוטער שטימונג.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געשריבענע.

נ.ב. גראדע דעם שבת, מברכים החדש מנ"א, האבען מערערע אידן געזאגט תהלים [לויט דער תקנה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, צו זאגען שבת מברכים החדש, דעם גאנצן תהלים פארן דאוונען אין דער פריה], אין דעם תהלים וואס זיינער צייט האט איר געהאט דעם זכות אז דער תהלים זאל ערשיינען [מיטן פירוש כ"ק אדמו"ר הצמח צדק].

מרת חי' בריינא: בלומברג, מונטריאל.

האבען מערערע אידן געזאגט..אין דעם תהלים: שנים רבות (עד שבת מברכים החודש מנחם-אב תשמ"ה) נהג רבינו לומר תהלים בכל שבת מברכים בס' תהלים "יהל אור".

האט איר געהאט דעם זכות: אשר כל בני משפחת דענבערג השתתפו בהוצאות הדפסת התהלים "יהל אור" (ראה לעיל ח"ז אגרת ב'עד).

Leave Feedback