8772 —8772

ב"ה, כ"ח שבט, תשכ"ד — ברוקלין
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"ח שבט, תשכ"ד

ברוקלין

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ט"ז שבט, אין פארבינדונג מיט דער פראגע פון אדאפטען א קינד וכו'.

אזוי ווי דער צוגאנג פון אדאפטען א קינד, אין אונזער צייט, איז אז מ'שטריינגט אן אלעס צו מאכען דעם קינד באקוועם, אויך אין דעם אז ער זאל פילען, אז דאס זיינען זיינע אמת'ע נאטירליכע עלטערן, זעה איך ניט אפילו נאכן באווארענען די אנדערע זאכען, ווי מ'קען אויסמיידען עניני יחוד, קירוב נשיקה וכו' [אפילו ווען דער קינד זאל וויסען אז דאס זיינען אדאפטירער עלטערן, עאכו"כ ווי עס פירט זיך איצטער ווי געזאגט אז מען באהאלט דאס אויס פון דעם קינד], און מ'קען זאגען אז דאס איז אונמעגליך, און דאס זיינען דאך זיכערע איסורים מדרבנן, און טיילווייז [לויט אנדערע פוסקים] - פון זיי אויך מן התורה איסורים.

און ווי געזאגט אויבען, איז דאס אלץ אפילו נאכן באווארענען די אנדערע זאכען, ווי דער הערקונפט פון קינד און די כשרות זיינע וכו'.

איז לויט ווי געזאגט אויבען זעה איך ניט קיין מעגליכקייט צו העלפען וועמען אין אזא אנגעלעגנהייט, און אין געגענטייל אז מ'דארף גאר אפריידין פון דעם, און געוויס איז די אריכות אין דעם ניט נויטיג.

חאטש איר דערמאנט ניט וועגן דעם, רעכין איך אז איר האט זיך באראטען מיט א דאקטאר ספעציאליסט אויף דעם געביט בנוגע צו האבען קינדער און בפרט אז אין די לעצטע יארען זיינען ענדעקט געווארען נייע באהאנדלונגס מיטלען אויף דעם געביט, ויהי רצון איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגטע.

בעת רצון וועט מען אייך מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דער ערפילונג פון אייער הארץ פארלאנג צום גוטען.

ומהנכון אז מ'זאל בודק זיין אייערע תפילין און אויך די מזוזות אין אייער דירה אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז, און אייער פרוי תחי' זאל אפהיטען דעם גוטען מנהג פון אידישע פרויען צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.

בברכה לבשו"ט בכל האמור

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

אדאפטן א קינד: ראה גם לעיל אגרת ח'תש, ובהנסמן בהערות שם.

לויט אנדערע פוסקים: ראה לעיל אגרת ח'תשסו, ובהנסמן בהערות שם.

Leave Feedback