8765 —8765

ב"ה, כ' שבט תשכ"ד — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ' שבט תשכ"ד

ברוקלין.

שלום וברכה!

מיט גרויס פארוואונדערונג האב איך געלייענט אייער בריף פון יום ג', אז אייך דאכט זיך, אז (באוואוסטזיניג אדער אומבאוואוסזיניג) האט מען אייך געגעבען ניט די ריכטיגע אינפארמאציע, אלענספאל דער אינהאלט פון אייער בריף איז איבערגעגעבען געווארען צו דער הנהלה פון דער ישיבה צו וועמען די גאנצע אנגעלעגענהייט באלאנגט.

איך מוז אויסדריקען מיטן גרויס פארוואנדערונג אויף א אידן וועלכע האבען געזעהן די חסדים פון השם יתברך און די נסים, וועלכע האט זיי געראטעוועט פון גוישע הענט, און האט זיי באשאנקען מיט א גוטען זון א בעל כשרון, איז ווי עס זעהט אויס די איינציגע זאך וואס באאומרוהיגט זיי, איז ווי אזוי קען מען עם נויטען און איינארדנען, אז דער זון זאל אוועקנעמען א טייל פון זיינע יונגע יארען פון לערנען אונזער הייליקער תורה תורת חיים און אוועקגעבן דאס נאר אויף וכו' און די אלע "חשבונות" מיט וועלכע מ'וויל בארעכטיגען, אזא איינשטעלונג, איז דאך דאס ניט פאר די וועלכע האבען געזעהן און איבערגעלעבט יענע צייט - ניט היינט געדאכט - און ניט זיי דארפען זיך לאזען אפנארען פון דעם יצר הרע.

איך וויל ניט מאריך זיין אין דעם גאנצען ענין, וואס ווי געזאגט באלאנגט דאס צו דער הנהלה פון דער ישיבה און די עלטערן, וויבאלד אבער איר האט בארירט די פראגע און ווילט דאס פארבינדען מיט די עשרת הדברות פון כבד את אביך ואת אמך, קען איך זיך ניט ערלויבען אריבערגיין מיט שווייגען און אויסגעדריקט מיין אויבענדערמאנטע פארוואונדערונג.

און השם יתברך זאל העלפען אז סוף כל סוף זאל יעדער איד מאן און פרוי, דערזעהען דעם אמת'ן אמת, דאס איז תורתנו הק' תורת אמת און מקיים זיין אירע מצות, אויף וועלכע עס שטייט וחי בהם, און זעהן צו פארשפרייטען זיי אין דער מאקסימאלסטער מעגליכקייט פון צייט אין דער גאנצער אומגעבונג, און אלס ערשטע בנוגע צו קינדער פאר וועלכע מ'טראגט א טיפע נשמה'דיקע אחריות און פאראנטווארטליכקייט, וק"ל.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

Leave Feedback