7311 —7311

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס - אין אלגעמיין, און צי די אנטיילנעמער אין דעם אכצענטען יערלעכן באנקעט פון די בית רבקה שולעס - בפרט, ה' עליהם יחיו   ב"ה, ערב שבת קדש מברכים החודש סיון, תש"כ — ברוקלין, נ.י.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, ערב שבת קדש מברכים החודש סיון, תש"כ

ברוקלין, נ.י.

צו די עסקנים און פריינט פון די בית רבקה שולעס - אין אלגעמיין, און צי די אנטיילנעמער אין דעם אכצענטען יערלעכן באנקעט פון די בית רבקה שולעס - בפרט, ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

הייאר קומט פאר דער יערלעכער באנקעט פון בית רבקה אויף מארגן נאך שבת מברכים חודש סיון, דער חודש פון קבלת התורה, און געציילטע טעג פאר דעם 200 'סטען יארצייט פון דער הסתלקות-הילולא פון דעם בעל שם טוב ז"ל, דעם ערשטן טאג שבועות, זמן מתן תורתנו.

די צוויי מאמענטן - מתן תורה און די הסתלקות פון בעל שם טוב - האבן א ספעציעלע באדייטונג פאר די בית רבקה מוסדות מיט זייערע עסקנים, עסקניות און פריינט, נעמענדיק אין אכט, אז אין תורה בכלל און אין תורת החסידות בפרט, פארנעמט די אידישע פרוי א גאר וויכטיקן ארט.

בשעת מתן תורה, האט דער אויבערשטער געהייסן משה רבינו זיך ווענדן צוערשט צו די פרויען און דערנאך צו די מענער (כה תאמר לבית יעקב - דאס מיינט מען די פרויען - ותגד לבני ישראל - די מענער). די אידישע פרוי און מאמע, אלס עקרת הבית, האט די גרויסע פאראנטווארטלעכקייט און דעם גרויסן זכות צו פארשטארקן און פארזיכערן די תורה ומצוות יסודות פון דער אידישער היים.

אויך אין דער אנטפלעקונג און אנטוויקלונג פון תורת החסידות און פון דער חסידישער באוועגונג האט די אידישע פרוי און מאמע פארנומען א גאר וויכטיקן ארט, ווי עס איז באוואוסט אלעמען וועלכע זיינען באקאנט מיטן לעבן און שאפן פון די גרינדער פון חסידות און חסידות חב"ד. אלס א לעבעדיקן מוסטער איז גענוג צו דערמאנען די געשיכטע פון רחל, די באבע פון דעם אלטן רבי'ן, דער גרינדער פון חב"ד, בעל התניא והשולחן ערוך, ווי עס ווערט דערציילט אין דעם ערשטדערשינען (אין צוזאמענהאנג מיט דעם 200 'סטען יארצייט) צווייטן חלק פון די זכרונות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, דער גרינדער פון די מוסדות בית רבקה.

די שיטה פון חב"ד און די פארזיכערונג פון דער צוקונפט פון כלל ישראל פאדערן, אז אידישע טעכטער זאלן באקומען א גרינטלעכע אידיש-חסידישע דערציאונג, און די בית רבקה שולעס זיינען די מוסדות וועלכע פירן דורך די דאזיקע כוונה.

אלע וועלכע העלפן שטיצן און אויסברייטערן די בית רבקה מוסדות האבן דעריבער א גרויסן חלק אין הפצת המעיינות - די פארשפרייטונג פון די קוואלן פון תורה ומצוות באלויכטן מיט דער אינערלעכער ליכטיקייט און לעבעדיקייט פון חסידות - וואס דאס איז אויך די צוגרייטונג צו דער גאולה שלימה ואמתית על ידי משיח צדקנו. יעדע נייע אנשטרענגונג אין דער ריכטונג עפנט נייע קוואלן פון דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין אלץ וואס מען נויטיקט זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה לבשורות טובות ולקבלת התורה בשמחה ובפנימיות

מ. שניאורסאהן

נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 272 והושלמה ע"פ צילום האגרת.

Leave Feedback