7165 —7165

ב"ה, כ"א טבת, תש"כ — ברוקלין.
Audio for this shiur is coming soon

ב"ה, כ"א טבת, תש"כ

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער העכסט וויכטיקער ארבעט אין דער ליידיס אוקזילערי לטובת דער ישיבה תומכי תמימים, און פארענדיקט אין דעם, ווי עס זאל זיין אויף ווייטער, ווארום די ארבעט קאסט אייך געזונט.

ווי מיר האבען געהערט מערערע מאל פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר און אויך אין נאמען פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וועלכע זיי זיינען געווען די גרינדער און מנהלים פון דער ישיבה תומכי תמימים וועגען דעם גרויסען זכות, מיטצוהעלפען יעדערער לויט זיינע מעגליכקייטען אויף צו פארגרעסערען און פארברייטערן די ישיבות, און האבען אויך ערקלערט אז דאס איז א זכות, ניט נאר אויך נאך הונדערט און צוואנציג יאר, נאר אז דאס איז אויך א צנור וכלי צו באקומען די ברכות פון השם יתברך, אין דעם וואס מ'נויטיגט זיך, דא אין עולם הזה.

איז דאך פארשטענדליך, אז מ'דארף זיך אנהאלטען אין דעם און פארזעצען טאן דאס, און זעהן ווי די זאך איז אויף אן אמת, אז מ'טוט אין א ענין, וואס רבותינו נשיאינו, האבען זיך מוסר נפש געווען אויף דעם.

פון דעם איז אויך פארשטענדליך, אז די ארבעט אין דעם, איז ניט נאר, וואס עס דארף ניט קאסטען קיין געזונט, נאר דאס דארף צוגעבען אין געזונט, אזוי ווי יעדער גוטע זאך וואס א מענש טוט אדער באקומט, וואס דאס גיט עם צו אין אלע הינזיכטען און געזונט איינגעשלאסען.

פארשטענדליך איז אויך, אז ס'איז מעגליך - אזוי ווי פילע אנדערע ענינים - אז ס'איז פארבונדען מיט שוועריקייטען, אדער ווי איר שרייבט, ניט פאסענדע אויפפירונג געגען אייך פון די מיטארבעטער, דארפמען זוכען וועגען ווי צו אויסבעסערן דאס אין דער גרעסטער מעגליכער מאס, און זיכער אלענספאל טיילווייז, וועט געלונגען צו דערגרייכען דאס, אבער אלענספאל האט דאך ניט קיין ארט צו זאגען, אז צוליב דעם וואס יענער באציהט זיך ניט ווי געהעריג - זאל מען זיך אליין טאן וואס ניט גוט איז.

און השם יתברך זאל געבען אייך צוזאמען מיט אייער מאן הרב שליט"א, גוטען געזונט לאריכות ימים ושנים טובות, און ביידע זאלט איר פארזעצען, יעדערער לויט זיינע מעגליכקייטען, צו טאן פאר דער אויפהאלטונג פון אלע עניני חסידות, מיט גוטער שטימונג און אין אן אופן פון אלץ מער און מער.

בברכה לבשו"ט בכל האמור,

בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א

מזכיר

Leave Feedback