ב"ה, כ"א טבת, ה'תש"כ
ברוקלין, נ.י.
צו די אנטיילנעמער אין דעם יערלעכען דינער פון מרכז הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
דער היי-יאריקער דינער פון מרכז הישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש קומט פאר אין דעם סגולה-טאג פון כ"ד טבת, דער יארצייט פון דעם אלטן רבי'ן, דער בעל התניא והשלחן-ערוך, דער מייסד פון חסידות-חב"ד.
* * *
יארצייט איז די יערלעכע דערמאנונג פון דעם לעצטן טאג פון לעבן אויף דער וועלט, עולם הזה, פון אן אידישער נשמה און פון איר צוריק-קער צו איר באשעפער.
דער טאג איז די צייט פון דעם סך-הכל פונם גאנצען לעבן, פון דעם ווי די נשמה האט אויסגעפירט איר שליחות אויף דער וועלט.
ווי אלע דערמאנונגען אין אידישען לעבן אויף וועלכע תורה מאכט אויפמערקזאם, איז יארצייט ניט סתם א דערמאנונג וואס זאל בלייבען אין זכרון אליין.
עס דערמאנט און פאדערט פראקטישע מעשים אין דעם גייסט פון דער
נשמה-שליחות פון בעל-היארצייט, און מיט מעשים בפועל אין דעם גייסט - פאראייניקט מען זיך און מען פאראיינציקט זיך - מיט דעם שאפן און אייביקן לעבן פון דעם בעל-היארצייט.
לויט די ערקלערונגען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר און פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר (מוהרש"ב) - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - איז די אינערלעכע נקודה פון דער נשמה-שליחות, פון דעם לעבן און שאפן פון דעם אלטן רבי'ן -
ווי עס שפיגלט זיך אויך אפ אין אנפאנג פון זיין נאמען -
"שניאור", צוויי ליכטיקייטן (שני אור) פאראיינציקט (אין איין ווארט) - צו פאראיינציקן די צוויי ג-טלעכע ליכטיקייטן, די אנטפלעקטע ליכטיקייט פון דער תורה )נגלה שבתורה), און די פארבארגענע אינערלעכע ליכטיקייט פון דער תורה (נסתר שבתורה), אזוי אז די אינערלעכע זאל דורכדרינגען, דורכלייכטען און ארויסשיינען פון דער אויסערלעכער, עס זאל זיין איין גאנצע און פאלקאמענע תורה - תורה תמימה.
און, ווי ערקלערט אין זוהר, פאראיינציקן זיך דאן אויך אויף דעם זעלבען אופן - פנימיות הנשמה מיט חיצוניות הנשמה - די אנטפלעקטע טייל פון דער אידישער נשמה מיט זיין נקודת היהדות.
דאס איז אויך דער פנימיות'דיקער צוועק פון די ישיבות "תומכי-תמימים" ליובאוויטש, אז די תלמידים זאלן זיין תמימים, אין דעם גייסט פון תורה תמימה, ווי עס איז באגרינדעט און ערקלערט געווארען דורך דעם אלטן רבי'ן, דער בעל-היארצייט.
* * *
די אלע וועלכע באטייליקן זיך ווי געהעריג איז אין דעם יערלעכן דינער פון די ישיבות תומכי-תמימים, אין דעם היינטיגען סגולה-טאג פון כ"ד טבת, אויך די וועלכע האבן פערזענלעך ניט געקענט זיין אנוועזענד, אבער נעמען דעם געהעריגען חלק אין דעם אויפהאלטען, שטארקן און אויסברייטערן פון די ליובאוויטשער ישיבות, טראגען ביי דורך דעם און פאראייניקן זיך - מיט דעם שאפען און פעולות פון דעם בעל היארצייט.
ויהי רצון אז די באטייליקונג זאל זיין אין אן אופן פון שטייגען, מיט א כסדר וואקסנדע לעבעדיקייט און איבערגעבענהייט.
און דער זכות פון דעם בעל היארצייט, דער אלטער רבי, וועט זיכער ביישטיין יעדן איינעם און איינער וואס נעמט אנטייל אין דער אונטערשטיצונג און אויסברייטערונג פון די ישיבות תומכי תמימים וועלכע ווערן אנגעפירט אין זיין גייסט און זיין דרך, און וועט זיי ברענגען די ג-טלעכע ברכות בכל המצטרך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בכבוד ובברכה,
מנחם שניאורסאהן
סך הכל כו': ראה סידור שער הל"ג בעומר סד"ה אתה הצבת.
נדפסה בלקו"ש ח"ו ע' 257 והושלמה ע"פ צילום האגרת.
אנפאנג פון זיין נאמען: ראה שו"ע אה"ע סקכ"ט סי"ח.
שניאור: אמר פעם הבעש"ט לתלמידיו (בנוגע לרבנו הזקן) כי נשמה גדולה ירדה לעולמנו, שמו שניאור - שני אור - שני אורות הוא יאיר בתורת הנגלה ובתורת הנסתר (י"ט כסלו, ע' ט).
גאנצער און פאלקאמענע: ראה ערכין פ"ט מ"ג.
אין זוהר: ח"ג עג, א.
B"H, 21 Teves, 5720.
Brooklyn, NY.
To the participants in the annual dinner of Merkaz HaYeshivot "Tomchei Temimim" Lubavitch — may Hashem be upon them and grant them life.
Shalom u'Vrachah!
This year's dinner of Merkaz HaYeshivot "Tomchei Temimim" Lubavitch is taking place on the auspicious day of 24 Teves, the yahrzeit of the Alter Rebbe, author of Tanya and Shulchan Aruch, founder of Chabad Chassidus.
A yahrzeit is an annual reminder of the last day of life in this world (Olam HaZeh) for a Jewish soul and its return to its Creator. This day is a time for summing up an entire life — how the soul fulfilled its mission in this world. Like all reminders in Jewish life that Torah draws attention to, a yahrzeit is not just a memory to remain only in thought. It reminds and demands practical actions in the spirit of the soul-mission of the one whose yahrzeit it is; through actual deeds in this spirit, one unites with and becomes unified with the creator and eternal life-force of the one whose yahrzeit it is.
According to explanations from my father-in-law, the previous Rebbe, and from his father (the Rebbe Rashab) — zatzal — the inner point of this soul-mission, of the life and work of the Alter Rebbe (as reflected even in his name's beginning — "Shneur," meaning two lights [shnei or] united in one word), is to unite two G‑dly lights: the revealed light of Torah (Nigleh shebaTorah) and its hidden inner light (Nistar shebaTorah), so that the inner should penetrate, illuminate, and shine forth from within the outer; thus there will be one complete and perfect Torah — Torah Temimah. And as explained in Zohar, then also are united in this way: penimiut haNeshamah with chitzoniut haNeshamah — the revealed part of a Jewish soul with its core point of Jewishness.
This is also the inner purpose of Yeshivot "Tomchei Temimim" Lubavitch: that students should be temimim (whole), in the spirit of Torah Temimah as founded and explained by the Alter Rebbe whose yahrzeit it is.
All those who participate properly in this annual dinner for Tomchei Temimim Yeshivot on this auspicious day of 24 Teves — even those who could not personally attend but take their proper part in supporting, strengthening, and expanding these Lubavitcher Yeshivot — thereby contribute to and unite themselves with the work and activities of he whose yahrzeit it is.
May it be G‑d's will that participation should be with growth — with ever-increasing vitality and devotion. And may the merit of he whose yahrzeit it is, the Alter Rebbe, surely stand by each individual who takes part in supporting and expanding Tomchei Temimim Yeshivot conducted according to his spirit and path; may it bring them G‑dly blessings for all their needs both materially and spiritually together.
Summary
The letter highlights how participating in Tomchei Temimim’s annual dinner on 24 Teves connects supporters to the mission of uniting revealed and hidden Torah as taught by the Alter Rebbe. The Rebbe teaches that such involvement brings both spiritual elevation and tangible blessings.