ב"ה, כ"ה אדר, תשי"ח
ברוקלין,נ.י.
נשי ובנות חב"ד סניף קליוולאנד
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום!
ס'איז ערהאלטען געווארען אייער ביישטייערונג פאר דער מגבית יום הבהיר י"ט כסלו, דער באפרייאונגס טאג פון רבנו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, לטובת דעם שכון חב"ד בארצנו הקדושה תבנה ותכונן על ידי משיח צדקנו, און בייגעלייגט דא איז די קבלה.
און השם יתברך זאל העלפען אז נאך פילע יאהרען זאל יעדערע פון אייך, און דער סניף אלץ אזעלכער, טאן אין ענינים פון מצות, און אין א אלץ שטייגענדען אופן, און ווי אויך די אנווייזונג פון די טעג פון פורים, וואס דער נס איז געשעהן דורך א פרוי, אסתר המלכה.
און אזוי ווי דאמאלסט, בימים ההם, איז דורך דעם שטארקען בטחון און אמונה פון די אידען אין השם יתברך, איז ליהודים היתה אורה שמחה וששון ויקר,
אזוי אויך אין אונזער צייט, בזמן הזה, דורך שטארקען זיך אין אמונה און בטחון בהשם יתברך, וועלכער איז דער באשעפער פון דער וועלט און פירט אן מיט דער וועלט, זאל מען אויפטאן בא זיך און ארום זיך אין אידישקייט תורה ומצות און דער אויבערשטער וועט געבן ליהודים אורה ושמחה וששון ויקר.
בברכה צו אלע מיטגלידערין פון דעם סניף מיט זייערע פאמיליעס שי' און מיטנעמען פון שמחת פורים אויף א גאנץ יאהר.
ו'קלד
נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 438.