ב"ה, ט' מ"ח, תשי"ח
ברוקלין.
השותפים דבית חרושת אינדפענדענט טינווארע קא. שי'
שלום וברכה!
זיינער צייט האב איך באקומען אייער צעטיל פ"נ להצלחה פון דעם געשעפט.
מיין הצעה איז, אזוי ווי מיר האבען גערעט ווען מיר האבען זיך געזעהן, אז מ'זאל נעמען פאר א שותף דעם בורא ברוך הוא דורך דעם באשלוס מיטן גאנצען הארצען, צו געבען פון די פארדינסטען אויף צדקה צווישען צען און צוואנציג פראצענט, און אזוי ווי יעדער שותף טוט דאך אין געשעפט אלץ וואס עס היינגט אפ אן עם צו דער הצלחה פון געשעפט, וועט זיכער השי"ת אלס שותף געבען זיין ברכה והצלחה אין דאס אויבען געזאגטע.
זעלבסט פארשטענדליך מ'דארף נאר היטען אז די כלי זאל זיין א כלי טהורה לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק', ד.ה. בהנוגע ניט נאר צו שבת ויום טוב, נאר אויך בהנוגע צו ערב שבת וערב יום טוב, און פון ענינים אבק אפילו דהשגת גבול וכו' וכו', און חאטש ס'איז דאך חזקה אז בני אברהם יצחק ויעקב זיינען מקיים וואס השי"ת האט אנגעזאגט, קומט דאס אויבען געזאגט לזריזות והעדפה ולהוספה, און השי"ת זאל העלפען אז די זריזות העדפה והוספה פון אייער זייט זאל מוסיף זיין אויך די ברכות פון השי"ת וואס וועלן קומען בזריזות, ד.ה. בקרוב ממש ובהעדפה והוספה יותר ווי מען קען ערווארטען אויפן געוויינליכען וועג.
המחכה לבשו"ט.