ב"ה, ו' מ"ח, תשי"ח
ברוקלין.
שלום וברכה!
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ג', אין וועלכען איר שרייבט וועגען אייער געזונט צושטאנד און די מיינונג פון די דאקטוירים בהנוגע צו אייער שטעלע, און ווי דאס האט געווירקט אויף די מענשן פון אייער קהלה, און זייערע טענות אין דעם.
אבער איך האף אז אריינטראכטענדיק זיך, קען מען זיכער געפינען א מעגליכקייט צו פארגרינגערען אייער ארבעט, אויף דער שטעלע, אזוי אז אויך דער דאקטאר זאל זיין צופרידען, און נעמענדיק אין אכט, אז אויך דאקטוירים גיבען צו, אז א מענש דארף האבען א באשעפטיגונג (חאטש - ניט איבער זיינע כחות), אבער בטלה ליידיג גיין, איז גאר ניט גוט אפילו פארן געזונט פון גוף אויך, רעכין איך אז דער דאקטאר וועט ניט נאר מסכים זיין אז איר זאלט פארבלייבען אויף אייער איצטיקען ארט און אנהאלטען די שטעלע אויף א גריינגערען אופן, נאר וועט נאך אויך ראטען צו טאן דוקא אזוי, און בפרט אז זכות הרבים מסייעתו. וואס בא אייער זיין אין דער קהלה טוט איר זיכער פאר אידישקייט און אין דעם אויך הפצת החסידות ועניני' - וזכות הרבים מסייעתו לרפואה קרובה און צו געזונט בעסערונג ולהצלחה בכל עניניו.
המחכה לבשו"ט בכל האמור.