Letter # 4107

י"א שבט, תשט"ז

4107 - When you view someone favorably, you'll find positivity, helping to mitigate their negativity

Aaron the High Priest was incredibly holy, yet he loved even those whose only advantage was that Hashem created them. I wish for you to accomplish the above swiftly, without delays or obstacles.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"א שבט, תשט"ז

ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף מיום החמישי. בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייך אייערע קינדער און אייניקלעך שי' און השם יתברך זאל העלפען אז איר זאלט האבען נחת פון זיי און פון אלעמען צוזאמען אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער נחת. און לויטן מאמר תורתנו הק' ממנו יפלא כל דבר, וכפי הידוע מספרים הקדושים, ווען מען קוקט מיט א עין יפה ועין טובה, איז ניט נאר וואס מען באמערקט מעלות נאר אויך פון דעם קוקען באקומען זיי חיזוק, ובמילא ווערן קלענער און ווייניגער די ענינים לא טובים, און בפרט לפי המבואר בתניא פרק ל"ב, און אין ספר דרך מצותיך, מצות אהבת ישראל, אין דעם ענין ואהבת לרעך כמוך ביז מען זאגט אויף אהרן הכהן וועלכער איז געווען קדש הקדשים, אוהב את הבריות - אפילו אזעלכע וועלכע האבען קיין ענין ניט, א חוץ דעם וואס זיי זיינען באשאפען געווארען, וכמבואר ע"י רבנו הזקן בתניא שם. און השם יתברך זאל העלפען אזוי ווי כהנים זיינען דאך זריזים, און זיי האבען אויפגעטאן דורך זייער עבודה אז - עד מהרה ירוץ דברו, אן קיינע מניעות ועכובים (כמובא בלקוטי תורה לרבנו הזקן סוף פרשת קרח), זאל אויך דאס אויבען דערמאנטע קומען וואס פריער למטה מעשרה טפחים.

בברכה לבשו"ט בכל הנ"ל.