Letter # 3998

אדר"ח טבת, תשט"ז - אגודת נשי ובנות חב"ד בקלעוולאנד

3998 - Confirming the letter regarding the new officers chosen to lead the branch of Neshei Chabad

Reflect on the privilege, strengthen your commitment to doing even more, and inspire the rest of the members as well.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x


ב"ה, אדר"ח טבת, תשט"ז

ברוקלין.

אגודת נשי ובנות חב"ד בקלעוולאנד
סניף קינזמאן
ד' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף וועגען דעם 17-טן מיטינג, און וועגען די נייע אפיסערס וועלכע זיינען ערוויילט געווארען.

און אזוי ווי יעדער זאך איז דאך בהשגחה פרטית, וועלען די אפיסערס אננעמענדיק דעם אמט, אריינטראכטען אין דעם גרויסען זכות וועלכער איז זיי געגעבען געווארען, מיט נאך מער אחריות טאן אין דער פארשטארקונג פון אידישקייט בכלל און דרכי החסידות והנהגותי' בפרט, און דאס וועט בא זיי אויפמאנען כחות צו טאן אין א גרעסערען פארנעם געזונטערהייט און פרייליכערהייט, און וועלען איינווירקען אין דעם זין אויף די אנדערע חבירות אויך, און השם יתברך זאל מצליח זיין יעדערע פון זיי און אלעמען צוזאמען אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.

געוויס האט מען אויסגעניצט די חנוכה טעג אויף א פּאסענדען אופן בנוגע דער ארבעט פון נשי ובנות חב"ד, און עס זאל אויך מקויים וערען, אויך ווי דער דין איז, אז מוסיף והולך.

בברכה צו א פרייליכען חנוכה און צו מיטנעמען די שמחה און ליכטיקייט אויף די אלע קומענדע טעג פון יאר.