Letter # 3766

י"ב אלול, תשט"ו

3766 - "Looking at the world optimistically is not hiding from the truth!"

"Optimism makes even your physical life reactions easier to a certain extent. Even amidst problems, the optimist finds hope, while the pessimist, even when having it all, remains pessimistic."

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, י"ב אלול, תשט"ו

ברוקלין.

ברכה ושלום!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף פון 8/20, אין וועלכען איר שרייבט אז איר פילט א ביסעל בעסער, און האפענטליך וועט דאס גיין פון גוט צו נאך בעסער, און בפרט אין די טעג ווען מיר דערנעהנטערן זיך צו דער כתיבה וחתימה טובה.

וואס איר שרייבט אז מען קוקט אויף דער וועלט מיט א געפיל פון פרייד, איז דאס - ניט לויט אייער אויסדרוק אז מען קען זיך אונטער דעם אויסבאהאלטען פון דעם אמת, נאר דאס איז א מיטעל צו מאכען דעם לעבען לייכטער אין א גאר גרויסע מאס, און ווי עס איז שוין באוואוסט, און אויך די מעדיצינישע וויסענשאפט אנערקענט דאס וואס אמאל אלץ מער, אז דער גאנצער צושטאנד פון מענשן, אפילו זיין קערפּער-פיזישע-רעאקציע און דעם אופן ווי ער נעמט אויף די ערשיינונגען ארום עם, ווענדעהט זיך דאס אין א גרויסער מאס אין דעם מענשן זעלבסט, ווי ער נעמט דאס אויף.

און ווי מערקווירדיג איז, אז מען געפינט צווישען די באגרינדער פון אפטימיזם אין לעבען, אז זייער לעבען זעלבסט איז געווען פול מיט ערשיינונגען וואס מען רופט צרות, און צווישען די פעסימיסטען געפינט מען פילע וואס בא זיי איז דער לעבען געווען שיינבאר גוט, האט קיין זאך ניט געפעלט ... אויסער דער אינערער צופרידענהייט און אינערע פרייד. און וויסענדיג די קינדהייט פון אייער פאטער און מוטער און וואס זיי זיינען אדורכגעגאנגען, איז, מעגליך - אויך דאס קען דינען אלס ביישפיל, אין א געווויסער מאס, פון דאס אויבען דערמאנטע. און דעריבער איז קיין וואונדער ניט וואס חסידות, וואס מאכט פאפולער דאס העכסטע און בעסטע, איז אייניגע פון די גרונד געדאנקען זיינען - אז אין יעדער פאסירונג קען מען געפינען א וועג ווי צו דינען השם יתברך, און בכלל איז דאס דינען השם יתברך דארף געטאן [ווערן] מיט אמת'ר שמחה, וואס דענסטמאל איז דאס אין דער פולסטער מאס.

און צום נייעם יאהר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, ווינטש איך אייך און אלע אייערע - שיחיו - א כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות.

בברכה.

ערשט געבראכט דעם אתרוג, ות"ח.

פ.ס. איר קענט מיר אויך אויף ווייטער שרייבען אין רוסיש, אויב אפילו איך ענטפער אין אידיש צוליב דער באקוועמליכקייט פון סעקרעטאר.