Letter # None

י"ח תמוז, תשט"ו

3645

ב"ה, י"ח תמוז, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

האברך הנעלה מר מאיר שמחה שי' חזאנאוו האט מיר איבער געגעבען א בקשת ברכה פאר אייער געזונט, און בעת רצון וועל איך מזכיר זיין אייך אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז די דאקטוירים זאלען אייך ריכטיג באהאנדלען, אז אייער געזונט צושטאנד זאל גיין בעסער און בעסער ביז איר וועט אינגאנצן געזונט ווערען.

זעלבסט פארשטענדליך אז וואס אלץ מער מען פארשטארקט דעם פארבונד מיט דעם בורא ברוך הוא, וועלכער איז דער רופא כל בשר ומפליא לעשות, אלץ גיכער און בעסער גייט צו דאס היילונג, און דער וועג צו פארבינדען זיך מיט'ן בורא ברוך הוא - איז דאס נאר דורך אויספלאגן די אנוויזונגען פון תורתנו הק' תורת חיים, אין די ענינים פון תורה און מצוה, און דעריבער האט מיך געפרייט צו הערען פון האברך הנעלה חזאנאוו שי', אז איר האט שוין געמאכט דעם גוטען אנהייב אין דעם.

און השי"ת זאל העלפען אז דאס געזונט בעסערונג זאל גיין פּאראלעל - סיי אין דעם נשמה געזונט דורך שטארקען אידישקייט ביי זיך און אין הויז, און סיי אין קערפּערליכען געזונט אין געוויינליכן זין.

עס וואלט געווען א גלייכע זאך יעדען וואכען טאג פארן דאוונען אין דער פרי זאלט איר געבען דריי סענט אין א צדקה פּושקע.

בברכה צו גוטע בשורות אין דאס אלעס אויבען געזאגט.