Letter # 3585

כ"ז סיון, תשט"ו - מר א. שקלובסקי שי'

3585

ב"ה, כ"ז סיון, תשט"ו

ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מר א. שקלובסקי שי'[1]

שלום וברכה!

איך בין געווען צופרידען צו באקומען אייער בריף מבשר טוב פון די סדרים אין בית הכנסת ובית המדרש, און אז מען האט מוסיף געווען מיט פערשידענע שיעורים, און עס איז שוין דאך באוואוסט די הבטחה פון הקב"ה ע"פ דרז"ל, אז כל המוסיף מוסיפין לו.

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך צו אויסניצען די קומענדע טעג פון י"ב וי"ג תמוז הבע"ל, דער חג הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, באופן המתאים, ובפרט בנוגע דעם לימוד תורתו, און אפּהיטען די תקנות זיינע און מחזק זיין די מוסדות אויף וועלכע ער האט זיך מוסר נפש געווען. ובטח עומד ומשמש במרום ומעורר ר"ר על כל המקושרים והשייכים אליו הם ובני ביתם שיחיו...

בברכה.

  1. 1 פתח-תקוה