Letter # 3239

כ"ט טבת, תשט"ו

3239 - Your donation was directed to help individuals who find it difficult to request help.

Additionally, you need to give 10% of your profit to charity. One should not be overly precise with charity, so ideally, donate slightly more than ten percent.

0:00/0:00
1x

0.25x

0.5x

0.75x

1x

1.25x

1.5x

1.75x

2x

ב"ה, כ"ט טבת, תשט"ו

ברוקלין.

שלום וברכה!

איך האב באקומען אייער צעטיל מיט דאס בייגעלייגטע וועלכעס איז איבערגעגעבען געווארען צו דער לשכת חשאין, הסמוי מן העין, דאס הייסט אז פון דעם ווערען געהאלפען מענשן און זאכען וועלכע עס איז ניט לפי כבודם צו בעטען הילף עפענטליך, און עס איז דאך באוואוסט אז דאס וואס עס איז סמוי מן העין שיצט פון א ניט גוטער אויג. אזוי זאל אויך דאס אייך ביישטיין אז השי"ת זאל געבען אייך זיינע ברכות בעין יפה און אויך אויסהיטען אייך פון א ניט גוטער אויג, און ווי מיר זאגען יברכך ה' וישמרך, ווערט ערקלערט אין מדרש רז"ל אז הקב"ה ניט נאר וואס ער גיט די ברכה נאר עס איז אויך וישמרך אז ער ברוך הוא היט דאס אויס אז די וואס באקומען די ברכה זאלען דאס אויסניצען אין א גוטען און פרייליכען אופן. 

זיכער איז איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אייך, אז מען דארף אויך אפשיידען צדקה פון דעם ריוח, מעשר (10), און ווי עס איז באוואוסט דארפמען ניט מדקדק זיין אין צדקה, און במילא דארף עס זיין עטוואס מער ווי די צעהן פראצענט, און דאס בריינגט אויך א תוספת ברכה אין דעם עשר בשביל שתתעשר.

געוויס האט איר איינטייל גענומען אין דער התועדות פון יום הבהיר י"ט כסלו, און וועט אויך באטייליגען זיך אין דער התועדות פון יום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע דעם קומענדען יו"ד שבט הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה, און השי"ת זאל אייך אלעמען מצליח זיין. 

בברכת הצלחה.